װעגן דעם אינסטיטוט

דער אינסטיטוט פֿאַר שפּראַך און פֿאָלקלאָר (Isof) איז אַ מלוכישער אויטאָריטעט אין שװעדן. מיר זאַמלען אָן און פֿאַרשפּרײטן קענטעניש װעגן שװעדנס שפּראַכן און קולטור.

אַ קאָמפּעטענטע אַגענטור

מיר זײַנען מומחים אין דער שװעדישער שפּראַך און שװעדישע דיאַלעקטן, די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן פֿיניש, ייִדיש, מעענקיעלי (meänkieli), ראָמיש, און דעם שװעדישן שטום־לשון. אונדזער מבֿינות שליסט אײַן אױך נעמען פֿון ערטער, פּערזענלעכע נעמען, קולטור און מנהגים אין שװעדן. מיר דינען אַלע בירגער און זײַנען אַ רעסורס פֿאַר אַ סך פֿאַכן, פֿאַראיינען און אָרגאַניזאַציעס. מיר בײַשטייען דער רעגירונג מיט אינפֿאָרמאַציע און רעקאָמענדאַציעס און שטיצן אַנדערע מלוכישע אינסטאַנצן.

מיר דורכפֿירן פֿאָרשונג און זאַמלען אָן קענטעניש

מיר פֿאָרשן, אונטערזוכן און באַטײליקן זיך אין דיסקוסיעס בנוגע ענינים אין די געביטן פֿון אונדזער קאָמפּעטענץ. מיר זאַמלען אָן קענטעניש אין נײַע געביטן און לײגן אַכט אױף װיכטיקע געזעלשאַפֿטלעכע ענינים װאָס האָבן צו טאָן מיט אונדזער געביט און די אײַנגעשטעלטע צילן אין שײכות מיט שפּראַך־פּאָליטיק און קולטור־פּאָליטיק.

מיר זאַמלען און באַשיצן קענטעניש

מיר באַשיצן שפּראַכן, דעם באַנוץ פֿון נעמען און דער קולטורעלע ירושה װאָס איז נישט אָנצוטאַפּן. מיר אָבסערװירן אױך װי עס אַנטװיקלען זיך שפּראַך און קולטור אין דער געזעלשאַפֿט און זאַמלען דערציילונגען און קענטעניש װאָס שײך די הײַנטיקע צײַטן. אונדזערע פֿיזישע און דיגיטאַלע אַרכיװן זײַנען אַ לעבעדיקע זכרון־באַנק װאָס יעדער אײנער קען צו איר באַקומען צוטריט.

מיר גיבן עצות און פֿאַרשפּרײטן קענטעניש

מיר גיבן עצות און רעקאָמענדאַציעס און עטפֿערן אױף פֿראַגעס פֿונעם ציבור, דער פּרעסע און פּראָפֿעסיאָנאַלן. מיר בײַשטײַערן צו דעם אַז דאָס לערנען זאָל זײַן אינטערעסאַנט און דערמעגלעכן יעדן אײנעם זײ זאָלן קענען אָנטײל נעמען אין און פֿורעמען די אַנטװיקלונג פֿון שװעדנס שפּראַכן און קולטור.

מאַנדאַט פֿון דער רעגירונג

די באַדינגונגען פֿון די אָפּעראַציעס בײַ Isof באַשטימט די שװעדישע רעגירונג. יעדעס יאָר קריגן מיר פֿון דער רעגירונג אָנװײַזונגען װאָס אַנטהאַלטן, צװישן אַנדערע זאַכן, צילן און טעטיקײט־פֿאָדערונגען און ספּעציפֿיצירן װעלכע רעסורסן װעלן פֿאַרטײלט װערן צו דער אַגענטור. עס זײַנען דאָ אױך רעגולאַציעס װאָס באַשטימען דעם לאַנג־טערמיניקן פֿאָקוס פֿון אונדזער אַרבעט.

טעטיקייט אין עטלעכע ערטער

מיר האָבן אַרום 90 אָנגעשטעלטע און האָבן אָפּטײלונגען און געטעבורג, שטאָקהאָלם און אופּסאַלאַ. דער אַגענטורס שטאַב־קװאַרטיר געפֿינט זיך אין אופּסאַלאַ.

קאָנטאַקט

דאָ װעט איר געפֿינען קאָנטאַקט־אינפֿאָרמאַציע פֿאַר פֿראַגעס װעגן דער ייִדישער שפּראַך, װי אױך אַלגעמײנע פֿראַגעס צו דעם אינסטיטוט.

דער אינסטיטוט פֿון שפּראַך און פֿאָלקלאָר (Isof) איז אַ רעגירונג־אַגענטור. דאָס הײסט אַז אַלץ װאָס איר װעט אונדז שיקן דורך בליצפּאָסט אָדער געװײנטלעכער פּאָסט װערט אַן עפֿנטלעכער דאָקומענט װאָס יעדער איינער קען פֿאַרלאַנגען צו זען.

פֿראַגעס װעגן דער ייִדישער שפּראַך

אױב איר האָט פֿראַגעס װעגן דער ייִדישער שפּראַך, קענט איר זיך פֿאַרבינדן מיט אונדזער יִידיש־מומחה אין שװעדיש אָדער אין ייִדיש.

טעלעפֿאָן

0200-26 88 88

טעלעפֿאָן־שעהען

מיטװאָך 1 ביז 5 נאָך מיטאָג

בליצפּאָסט

אַלגעמײנע פֿראַגעס פֿאַר Isof

מיר רעקאָמענדירן אַז איר זאָלט זיך פֿאַרבינדן מיט אונדז אין שװעדיש אױב איר האָט אַלגעמײנע פֿראַגעס.