אײַער רעכט צו נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן

אַלע רעגירונג־אַגענטורן אין שװעדן האָבן אַ פֿאַרפֿליכטונג צו אינפֿאָרמירן אַלע נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן װעגן זײערע לינגװיסטישע רעכט, אַרײַנגערעכנט די ייִדיש־רעדנדיקע און ראָמיש־רעדנדיקע.

דער דאָזיקער טעקסט װעט דערקלערן װעלכע לינגװיסטישע רעכט איר האָט און װעלכע פֿאָדערונגען איר קענט אַרױפֿלײגן אױף אײער קאָמונע און אַנדערע רעגירונג־אַגענטורן.

נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן שליסן אײַן ייִדן, ראָמען, סאַמען, שװעדישע פֿינען און טאָרנעטאָלער. די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן שליסן אײַן פֿיניש, ייִדיש, מעענקיעלי (meänkieli), ראָמיש (ראָמאַני טשיב) און סאַמיש.

דעם 1טן יאַנואַר 2010 איז דורכגעפֿירט געװאָרן אַ געזעץ בנוגע נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן און מינאָריטעט־שפּראַכן (SFS 2009:724 External link. ,װעבזײַטל אױף שװעדיש), און אין יאַנואַר 2019 איז דאָס געזעץ איבערגעקוקט געװאָרן כּדי די רעכט און פֿאַרפֿליכטונגען זאָלן װײַטער פֿאַרשטאַרקט װערן. אַלע קאָמונעס מוזן אָננעמען צילן און אָנװײַזונגען װאָס פֿאַרװאַלטן זײער אַרבעט פֿון מינאָריטעט־פּאָליטיק. די קאָמונעס מוזן אױך דורכפֿירן סטרוקטורירטע דיאַלאָגן מיט מענטשן װאָס געהערן צו נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־גרופּעס כּדי זיכער צו מאַכן אַז די מענטשן זאָלן קענען אױסדריקן זײער מײנונג װעגן געהעריקע ענינים און באַאײַנפֿלוסן דיסקוסיעס און באַשלוסן װאָס באַװירקן די מינאָריטעט צו װעלכער זײ געהערן.

אַלע נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן מוזן געשיצט און געשטיצט װערן

דאָס שפּראַך־געזעץ (SFS 2009:600 External link. ,װעבזײַטל אױף שװעדיש) זאָגט אַז די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן מוזן געשיצט און געשטיצט װערן. עס הײסט, צום בײַשפּיל, אַז געהעריקע מאַכטאָרגאַנען מוזן פֿאַרזיכערן אַז די װאָס געהערן צו אַ נאַציאָנאַלער מינאָריטעט זאָלן קענען לערנען, אַנטװיקלען און נוצן זײערע מינאָריטעט־שפּראַכן.

די מאַכטאָרגאַנען מוזן אינפֿאָרמירן אַלע מענטשן װאָס רעדן מינאָריטעט־שפּראַכן װעגן זײערע רעכט, נישט קײן חילוק װוּ זײ װױנען אין שװעדן.

דאָס רעכט צו מוטערשפּראַך־לימודים

אױב איר געהערט צו אײנער פֿון די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן און אײַערע קינדער גײען איצט אין שול, קען זײַן גוט פֿאַר אײַך צו װיסן אַז אײַער קינד איז באַרעכטיקט צו האָבן מוטערשפּראַך־לימודים. אײַער קינד האָט דאָס רעכט צו האָבן לימודים אין זײער מינאָריטעט־שפּראַך אַפֿילו װען מען רעדט נישט די שפּראַך אין דער הײם טאָג־טעגלעך. דאָס קינד דאַרף בכּלל נישט קענען די שפּראַך כּדי צו האָבן לימודים אין דער מוטערשפּראַך.

די שול איז פֿאַרפֿליכטעט אײַנצואָרדענען מוטערשפּראַך־לימודים אין אַ מינאָריטעט־שפּראַך אױב

  • אַ תּלמיד האָט אַ חשק צו לערנען די שפּראַך (עס מאַכט נישט אױס װיפֿל תּלמידים זײַנען פֿאַראינטערעסירט)
  • די שול האָט אַ פּאַסיקן לערער

צי אַ לערער איז מסוגל צו לערנען די מוטערשפּראַך באַשליסט דער דירעקטאָר.

אױב אײַער קינד געהערט צו דער ראָמישער נאַציאָנאַלער מינאָריטעט און רעדט נאָך אַ שפּראַך, איז מעגלעך אַז די שול װעט קענען צושטעלן מוטערשפּראַך־לימודים אין צװײ שפּראַכן אױב עס זײַנען פֿאַראַן פֿאַר דעם ספּעציעלע סיבות.

פֿיניש, מעענקיעלי (meänkieli) און סאַמיש האָבן באַזונדערס שטאַרקע רעכט

באַזונדערס שטאַרקע רעכט זײַנען אײַנגעשטעלט געװאָרן פֿאַר די װאָס רעדן פֿיניש, מעענקיעלי (meänkieli) אָדער סאַמיש און װױנען אין אַ קאָמונע װאָס גײט אַרײַן אין אַ פֿאַרװאַלטונגסגעגנט. כּדי אױסצוגעפֿינען צי אײַער קאָמונע גײט אַרײַן אין אַ פֿאַרװאַלטונגסגעגנט, באַזוכט דעם וועבזײַטל Förvaltningsområden (װעבזײַטל אין שװעדיש).

די װאָס װױנען אין אַ קאָמונע װאָס גײט אַרײַן אין אַ פֿאַרװאַלטונגסגעגנט האָבן דאָס רעכט צו קאָנטאַקטירן זיך מיט די מאַכטאָרגאַנען אין זײער מוטערשפּראַך. איר האָט דאָס רעכט צו באַקומען אַ מינדלעכן ענטפֿער אױף אײַער אײגענער שפּראַך אױב איר זײַט אַ צד אין אַ געריכט־פּראָצעס װאָס האָט צו טאָן מיט דער פֿאַרװאַלטונגסגעגנט.

לױט דעם בילדונג־געזעץ מוזן קאָמונעס זיך באַמיען אַהערצושטעלן לימודים פֿאַר פֿאָרשול־קינדער װאָס זײַנען געפֿירט אין גאַנצן אָדער מײסטנס אין די מינאָריטעט־שפּראַכן פֿיניש, מעענקיעלי (meänkieli) אָדער סאַמיש, אױב די עלטערן פֿאַרלאַנגען עס.

די קאָמונעס מוזן אױך אָנבאָטן באַדינונג פֿאַר די עלטערע אין פֿיניש, מעענקיעלי (meänkieli) און סאַמיש.

די װאָס װױנען אין אַ קאָמונע װאָס גײט נישט ארײַן אין קײן פֿאַרװאַלטונגסגעגנט זײַנען אױך באַרעכטיקט צו קאָנטאַקטירן זיך מיט די מאַכטאָרגאַנען אין פֿיניש, מעענקיעלי (meänkieli) אָדער סאַמיש, אױב עס זײַנען פֿאַראַן אָנגעשטעלטע װאָס קענען די שפּראַכן.

די װאָס רעדן פֿיניש, ייִדיש, מעענקיעלי (meänkieli), ראָמאַני טשיב אָדער סאַמיש האָבן אױך דאָס רעכט צו קאָנטאַקטירן זיך מיט זײער באַזאָרגער פֿון אױפֿפּאַסן אױף די עלטערע אין זײער מוטערשפּראַך כאָטש בנוגע געװיסע אַסקעפּטן פֿון זײער באַדינונג, אױב די קאָמונע קען קריגן אָנגעשטעלטע װאָס רעדן די שפּראַכן.

קאָמונעס און מאַכטאָרגאַנען זײַנען פֿאַרפֿליכטעט צו אינפֿאָרמירן מענטשן װאָס געהערן צו אַ נאַציאָנאַלער מינאָריטעט װעגן זײערע רעכט. זײ מוזן אױך באַשיצן די שפּראַכן אין קולטורן פֿון נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן – די פֿליכט צו באַשיצן דאָס רעכט פֿון קינדער און יוגנט צו אַנטװיקלען זײער שפּראַך און קולטור װערט פֿאַררעכנט פֿאַר באַזונדערס װיכטיק. אין צוגאָב מוזן קאָמונעס און אַנדערע מאַכטאָרגאַנען אײַנשליסן מענטשן פֿון אַ מינאָריטעט אין דיסקוסיעס בנוגע ענינים װאָס שײך יענע מינאָריטעט.

נישט קײן חילוק װוּ איר װױנט, זאָלט איר זיך שטענדיק קענען פֿאַרבינדן מיט די פּאַרלאַמענט־אָמבודסמענער, דעם יוסטיציע־קאַנצלער, דער אַרבעטסאַגענטור, דער פֿאַרזיכערונג־קאַסע, דעם שטײַעראַמט און דעם דיסקרימינאַציע־אָמבודסמאַן אין פֿיניש, מעענקיעלי (meänkieli) אָדער סאַמיש.

װוּ מען קען זיך װענדן

אױב איר מײנט אַז אײַער קאָמונע אָדער אַנדערע מאַכטאָרגאַנען פֿאָלגן נישט אױס די געזעצלעכע פֿאָדערונגען, קענט איר זיך פֿאַרבינדן מיט דער שטאָקהאָלמער פּראָװינצפֿאַרװאַלטונג (Länsstyrelsen i Stockholms län) אָדער דעם סאַמישן פּאַרלאַמענט כּדי צו פֿאַרזיכערן אַז די געהעריקע רעגולאַציעס װערן יאָ אױסגעפֿאָלגט. דער סאַמישער פּאַרלאַמענט איז פֿאַראַנטװאָרטלעך פֿאַר סאַמיש און די שטאָקהאָלמער פּראָװינצפֿאַרװאַלטונג איז פֿאַראַנטװאָרטלעך פֿאַר אַלע אַנדערע שפּראַכן.

Länsstyrelsen i Stockholms län External link.
טעלעפֿאָן

010-223 10 00

Sametinget External link.
טעלעפֿאָן

0980-780 30

װוּ מען קען געפֿינען מער אינפֿאָרמאַציע

דאָ זײַנען לינקן צו אַנדערע װעבזײַטלעך װוּ איר קענט זיך לערנען מער װעגן אײַערע רעכט און װעגן פֿאַרװאַלטונגסגעגנטן. די אינפֿאָרמאַציע װאָס געפֿינט זיך אױף די װעבזײַטלעך איז אין שװעדיש.

קאָנטאַקט

דאָ װעט איר געפֿינען קאָנטאַקט־אינפֿאָרמאַציע פֿאַר פֿראַגעס װעגן דער ייִדישער שפּראַך, װי אױך אַלגעמײנע פֿראַגעס צו דעם אינסטיטוט.

דער אינסטיטוט פֿון שפּראַך און פֿאָלקלאָר (Isof) איז אַ רעגירונג־אַגענטור. דאָס הײסט אַז אַלץ װאָס איר װעט אונדז שיקן דורך בליצפּאָסט אָדער געװײנטלעכער פּאָסט װערט אַן עפֿנטלעכער דאָקומענט װאָס יעדער איינער קען פֿאַרלאַנגען צו זען.

פֿראַגעס װעגן דער ייִדישער שפּראַך

אױב איר האָט פֿראַגעס װעגן דער ייִדישער שפּראַך, קענט איר זיך פֿאַרבינדן מיט אונדזער יִידיש־מומחה אין שװעדיש אָדער אין ייִדיש.

טעלעפֿאָן

0200-26 88 88

טעלעפֿאָן־שעהען

מיטװאָך 1 ביז 5 נאָך מיטאָג

בליצפּאָסט

אַלגעמײנע פֿראַגעס פֿאַר Isof

מיר רעקאָמענדירן אַז איר זאָלט זיך פֿאַרבינדן מיט אונדז אין שװעדיש אױב איר האָט אַלגעמײנע פֿראַגעס.

קאָנטאַקט

דאָ װעט איר געפֿינען קאָנטאַקט־אינפֿאָרמאַציע פֿאַר פֿראַגעס װעגן דער ייִדישער שפּראַך, װי אױך אַלגעמײנע פֿראַגעס צו דעם אינסטיטוט.

דער אינסטיטוט פֿון שפּראַך און פֿאָלקלאָר (Isof) איז אַ רעגירונג־אַגענטור. דאָס הײסט אַז אַלץ װאָס איר װעט אונדז שיקן דורך בליצפּאָסט אָדער געװײנטלעכער פּאָסט װערט אַן עפֿנטלעכער דאָקומענט װאָס יעדער איינער קען פֿאַרלאַנגען צו זען.

פֿראַגעס װעגן דער ייִדישער שפּראַך

אױב איר האָט פֿראַגעס װעגן דער ייִדישער שפּראַך, קענט איר זיך פֿאַרבינדן מיט אונדזער יִידיש־מומחה אין שװעדיש אָדער אין ייִדיש.

טעלעפֿאָן

0200-26 88 88

טעלעפֿאָן־שעהען

מיטװאָך 1 ביז 5 נאָך מיטאָג

בליצפּאָסט

אַלגעמײנע פֿראַגעס פֿאַר Isof

מיר רעקאָמענדירן אַז איר זאָלט זיך פֿאַרבינדן מיט אונדז אין שװעדיש אױב איר האָט אַלגעמײנע פֿראַגעס.