בײַטראָגן פֿאַר מינאָריטעט־שפּראַכן

יעדעס יאָר פֿאַרטײלט Isof בײַטראָגן צו פֿאַרשידענע פֿאַראיינען אין שװעדן װאָס אַרבעטן מיט פּראָיעקטן געצילט צו שטיצן די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן. װער קען זיך אײַנגעבן פֿאַר אַ בײַטראָג און װי אַזױ אַרבעט עס?

װער קען זיך אײַנגעבן?

עס קענען זיך אײַנגעבן פֿאַר בײַטראָגן נישט־מלוכישע אָרגאַניזאַציעס און פֿונדאַציעס װאָס פֿאַרנעמען זיך מיט נישט־פֿאַר־פּראָפֿיט־אַקטיװיטעטן אין שװעדן.

עס איז אױך מעגלעך זיך אײנצוגעבן פֿאַר בײַטראָגן צוזאַמען מיט אַנדערע פֿאַראיינען, אָרגאַניזאַציעס, פֿונדאַציעס און קאָמונעס. מען גיט אָבער נישט קײן בײַטראָגן צו קײן יחידים, פֿירמעס מיט באַגרענעצטער אַחריות, פֿירמעס אָן קײן אָרגאַניזאַציע־נומער אָדער װאָס שטעלן נישט צו קײן טרענירונג פֿאַר אָנגעשטעלטע.

װאָסערע אַקטיװיטעטן זײַנען באַרעכטיקט פֿינאַנצירט צו װערן?

פּראָיעקט־פֿינאַנצירונג איז פֿאַרטײלט צו

  • פּראָיעקטן װעמענס ציל איז צו פֿאַרשטאַרקן שפּראַך־קענטעניש (דאָס קענען לײענען, שרײַבן, רעדן און פֿאַרשטײן אַ שפּראַך)
  • פּראָיעקטן װעמענס ציל איז צו פֿאַרגרעסערן קענטעניש װעגן פֿילשפּראַכיקײט און צו לײגן אַ דגש אױף דער ראָלע פֿון שפּראַך אַלס אַ מיטל פֿון איבערגעבן קולטור און שפּראַך פֿון דור צו דור.

אין צוגאָב זײַנען דאָ ספּעציעלע באַדינגונגען אין פֿאַרבינדונג מיט דער אַפּליקאַציע.

װען מען קען זיך אײַנגעבן

מען קען זיך אײַנגעבן צװישן דעצעמבער און דער ערשטער העלפֿט פֿון יאַנואַר יעדעס יאָר.

װי אַזױ מען קען זיך אײַנגעבן

די אַפּליקאַציע דאַרף אײַנגעגעבן װערן דורך אַן אַנקעטע װאָס מען מוז אַרײַנשיקן אין Isof נישט שפּעטער װי דער לעצטער טאָג פֿון דעם אַפּליקאַציע־פּעריאָד. די אַפּליקאַציע מוז אײַנגעגעבן װערן אין שװעדיש.

באַשלוסן װעגן בײַטראָגן

Isof האָט אַ ספּעציעלע רעפֿערענץ־גרופּע װאָס גרײט צו די אַפּליקאַציעס און מאַכט פֿאָרשלאָגן לגבי דער פֿאַרטײלונג פֿון בײַטראָגן. באַשלוסן װעגן בײַטראָגן מאַכט דער הױפּט־דירעקטאָר פֿון דער אַגענטור. נאָך דעם װאָס דער באַשלוס איז געמאַכט געװאָרן, מעלדט מען אַלע אַפּליקאַנטן װעגן דעם באַשלוס דורך בליצפּאָסט. אַ רשימה פֿון די פֿאַרטײלטע בײַטראָגן איז פֿאַרעפֿנטלעכט דאָ אױף isof.se.

פֿינאַנציעלער באַריכט בנוגע בײַטראָגן

אַן אָרגאַניזאַציע אָדער פֿונדאַציע װאָס האָט באַקומען בײַטראָג איז פֿאַרפֿליכטעט אײַנצוגעבן אַ פֿינאַנציעלן באַריכט אין דער צײַט װאָס איז אָנגעגעבן אין דעם באַשלוס.

װוּ מען קען געפֿינען מער אינפֿאָרמאַציע

עס זײַנען דאָ וועבזײַטלעך אױף שװעדיש װאָס שטעלן צו מער אינפֿאָרמאַציע װעגן דעם װי אַזױ זיך אײַנצוגעבן פֿאַר בײַטראָגן, צושטעלן פֿינאַנציעלע באַריכטן בנוגע בײַטראָגן, דעם איצטיקן אַפּליקאַציע־פּעריאָד, װיאַזױ אַראָפּצולאָדן די אַפּליקאַציע־אַנקעטע און װי אַזױ זיך צו נעמען צו באַקומען באַשטעטיקטע בײַטראָגן, װי אױך בײַשפּילן פֿון הצלחהדיקע אַפּליקאַציעס.