נײַעס־בלעטל 4 שפּראַך־צענטערס

אין 2022 האָט Isof באַקומען די אויפֿגאַבע אויפֿצובויען נאַציאָנאַלע שפּראַך־צענטערס פֿאַר די נאַציאָנאַלע מינדערהייטשפּראַכן פֿיניש, ייִדיש, meänkieli, און ראָמאַני־טשיב. די ערשטע פֿאַזע, וועלכע האָט געלייגט געוויכט אויף דיאַלאָגן, אויסוויילן מיטגלידער פֿון אָנפֿיר־קאָמיטעטן, אָנשטעלן אַרבעטער און געפֿינען לאָקאַלן פֿאַר די שפּראַך־צענטערס, קומט איצט צו אַן ענדע. אָנהייבנדיק אין האַרבסט 2022, וועלן די נאַציאָנאַלע שפּראַך־צענטערס זײַן אָפֿן, מיט נײַע אַרבעטער און נאַטשאַלסטווע.

וויכטיקע פּערספּעקטיוון אין די דיאַלאָג־זיצונגען.

איידער דער עטאַבלירונג פֿון די נאַציאָנאַלע שפּראַך־צענטערס, איז געווען וויכטיק צו פֿירן דיאַלאָגן מיט די פארשיידענע וויכטיקע אינטרעסענטן כּדי אײַנצוזאַמלען פּערספּעקטיוון. מיר האָבן אַדורכגעפֿירט אָפֿענע דיאַלאָגן מיט די וואָס רעדן די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן פֿיניש, ייִדיש, meänkieli אָדער ראָמאַני־טשיב, מיט אָרגאַניזאַציעס, מיט אוניווערסיטעטן וואָס אַרבעטן מיט נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן, און מיט מינאָריטעט־קאָאָרדינאַטאָרן פֿון פֿאָרשיידענע קאָמונעס. אין די אַלע דיאַלאָגן זײַנען מיר געווויער געוואָרן וועגן וויכטיקע געדאַנקען אָנבאַלאַנגנדיק דער עטאַבלירונג און אָנפֿירונג פֿון די שפּראַך־צענטערס.

אָנפֿיר־קאָמיטעטן

אין פֿרילינג האָט Isof אָנגענומען אָנפֿיר־קאָמיטעטן פֿאַר יעדן פֿון די שפּראַך־צענטערס. די אָנפֿיר־קאָמיטעטן דינען ווי עקספּערט־גרופּעס אין דער וויכטיקער ראָלע פֿון פֿירן און באַהעלפֿן די שפּראַך־צענטערס אין זייער אַרבעט. יעדער אָנפֿיר־קאָמיטעט באַשטייט פֿון אומגעפֿער פֿינף אָדער זעקס מיטגלידער וואָס טרעטן פֿאָר די וואָס ניצן יעדער שפּראַך. אַלע אָמפֿיר־קאָמיטעטן האָבן געהאַלטן זייער ערשטע זיצונג, און וועלן ווײַטער פֿאָלגן און שטיצן די עטאַבלירונג פֿון די שפּראַך־צענטערס.

אויף אונדזער וועבזײַטל קענט איר לייענען מער וועגן די פֿליכטן פֿון די אָנפֿיר־קאָמיטעטן און ווער עס זײַנען די מיטגלידער:

https://www.isof.se/vart-uppdrag/isofs-regeringsuppdrag/sprakcentrum-for-nationella-minoritetssprak/nationella-sprakcentrum/nyhetsbrev-sprakcentrum/nyheter-sprakcentrum/2022-04-29-klart-med-styrgrupper-till-sprakcentrum External link.

נײַע אַרבעטער בײַ די שפּראַך־צענטערס

די ערשטע פֿאַזע פֿון אָנשטעלן אַרבעטער צו עפֿענען די נאַציאָנאַלע שפּראַך־צענטערס האָט זיך שוין פֿאַרענדיקט. די נײַע אַרבעטער וועלן אָנהייבן זייער אַרבעט נאָך דער זומער. די פֿאָלגנדיקע שטעלעס זענען איצט פֿאַרנומען:

  • שפּראַך־צענטער פֿאַר פֿיניש - צוויי שפּראַך־שטיצער זענען אָנגעשטעלט געוואָרן, און מען האַלט בײַ אָנשטעלן אַן אָנפֿירער.
  • שפּראַך־צענטער פֿאַר meänkieli אין Övertorneå - אַן אָנפֿירער און צוויי שפּראַך־שטיצער זענען אָנגעשטעלט געוואָרן.
  • שפּראַך־צענטער פֿאַר meänkieli אין Kiruna - איין שפּראַך־שטיצער איז אָנגעשטעלט געוואָרן.
  • שפּראַך־צענטער פֿאַר ראָמאַני־טשיב - אַן אָנפֿירער און צוויי שפּראַך־שטיצער זענען אָנגעשטעלט געוואָרן.
  • שפּראַך־צענטער פֿאַר ייִדיש - צוויי שפּראַך־שטיצער זענען אָנגעשטעלט געוואָרן. די שטעלע פֿון אַן אָנפֿירער וועט מען ווידער אַנאָנסירן נאָך דער זומער.

מיר באַגריסן אונדזערע נײַע אַרבעטער אויף Isof.

אַ נײַע אָפּטיילונג פֿאַר שפּראַך־צענטערס בײַ Isof

אונדזערע פֿיר שפּראַך־צענטערס וועלן ווערן אַ טייל פֿון אַ נײַער אָפּטיילונג בײַ Isof וואָס וועט זײַן פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר די שפּראַכן און קולטורעלע ענינים פֿון אונדזערע נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן. דער נאַטשאַלניק פֿון דער נײַער אָפּטיילונג וועט ווערן אָנגעשטעלט ענדע פֿרילינג.

דעם 1טן יולי וועט האַריעט קאָוואַלסקי, די איצטיקע דירעקטאָרשע פֿונעם שוועדישן שפּראַך־ראַט אָנהייבן אַלס די דירעקטאָרין פֿון דער נײַער אָפּטיילונג. ווען זי נעמט איבער די פּאָזיציע, וועט זי איבערנעמען די פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט פֿאַר דער קומענדיקער פֿאַזע אין דער אַנטוויקלונג פֿון די שפּראַך־צענטערס, די אָפֿענע פֿאַזע, וועלכע איז דערוואַרטן פֿאָרצוזעצן ביז נאָך אָקטאָבער. נאך דעם וועט דער דירעקטאָר פֿון די שפּראַך־צענטערס זײַן פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דער אָנפֿירונג.

אָרט און לאָקאַלע מיטאַרבעט

דורכאויס דער אויפֿשטעל־פֿאַזע האָט Isof זיך פֿאַרבונדן מיט פֿיל אינטרעסענטן צו אַדורכרעדן מיטאַרבעט אָנבאַלאַנגנדיק ערטער און אַנדערע ענינים. מיר האָבן באַזוכט Övertorneå און Kiruna, צום בײַשפּיל. מיר האָבן שוין איצט געפֿונען ערטער פֿאַר יעדן שפּראַך־צענטער.

  • דער שפּראַך־צענטער פֿאַר פֿיניש וועט טיילן אַן אָרט מיטן אינסטיטוט פֿאַר שפּראַך און פֿאָלקלאָר אין Uppsala.
  • דער שפּראַך־צענטער פֿאַר meänkieli אין Övertorneå וועט טיילן אַן אָרט מיטן צפֿון־סקאַנדינאַווישן צענטער פֿאַר קולטור און פֿאָרשונג, וווּ אויך די פֿאָרשביבליאָטעק פֿון meänkieli געפֿונט זיך.
  • דער שפּראַך־צענטער פֿאַר meänkieli אין Kiruna וועט זיך געפֿונען בײַ דער פֿאָלקהויכשולע פֿון Malmfälten.
  • דער שפּראַך־צענטער פֿאַר ראָמאַני־טשיב וועט זיך געפֿונען בײַם אינסטיטוט פֿאַר שפּראַך און פֿאָלקלאָר (דער שפּראַך־ראַט) אין שטאָקהאָלם.
  • דער שפּראָך־צענטער פֿאַר ייִדיש וועט זיך געפֿונען בײַם אינסטיטוט פֿאַר שפּראַך און פֿאָלקלאָר (דער שפּראַך־ראַט) אין שטאָקהאָלם.

אײַער מיינונג איז וויכטיק

מיר שאַצן אָפּ אַל־דאָס אינטערעס און חשק וואָס האָט באַגלייט דעם אויפֿשטעלונג פֿון די נאַציאָנאַלע שפּראַך־צענטערס. אויף אונדזער וועבזײַטל, isof.se/sprakcentrum External link., קענט איר לייענען מער וועגן דער אַרבעט ביז אַהער, און אויב איר האָט פֿראַגעס אָדער באַמערקונגען, ביטע פֿאַרבינדט זיך מיט אונדז דורך sprakcentrum@isof.se.

/Ann Heimer, פּראָיעקט־אָנפֿירערין פֿון דער שפּראַך־צענטער־אַרבעט בײַ Isof