וואָס וועלן די שפּראַך־צענטערס טאָן?

די פֿאָרשלאָג פֿון Isof אויפֿצושטעלן שפּראַך־צענטערס גיט צו פֿאַרשטיין אַז דער אַלגעמיינער ציל פֿון אַ שפּראַך־צענטער זאָל זײַן צו נאָכקומען די באַדערפֿענישן און די רעכט צו אָנהאַלטן די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַךן דורך אַקטיווער שטיצע און פֿאַרמערונג פֿון דער באַנוץ פֿון די שפּראַכן, פֿאַרבעסערן מענטשנס מעגלעכקייטן צו ניצן און אָנהאַלטן די שפּראַכן, און צונויפֿקלײַבן קענטענישן וועגן די שפּראַכן און ווי אַזוי עס קען ווערן רעוויטאַליזירט.

יעדער שפּראַך־צענטער וועט אַנטוויקלען איר אייגענע אַרבעט, אָבער געוויסע איבעראַלע פֿליכטן זענען גילטיק פֿאַר אַלע שפּראַך־צענטערס. דער לאַנגטערמיניקער ציל פֿון די מאָסנאַמען איז צו פֿאַרמערן די באַנוץ פֿון שפּראַכן סײַ אויף אַן אינדיווידועלן שטאַפּל און סײַ אין דער געזעלשאַפֿט, און צו שטיצן די ווירקזאַמע איבערפֿירונג פֿון די שפּראַכן און קולטורן פֿון די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן צום קומענדיקן דור.

אַרבעטן מיט און פֿאַר די וואָס ניצן די שפּראַך אין דער גאַנצער לאַנד

אַ שפּראַך־צענטער זאָל:

  • אַרבעטן אויפֿן באַזיס פֿון די געברויכן און אומשטאַנדן פֿונעם מינאָריטעט אַז די מענטשן זאָלן האָבן די באַדיונגען צו אָנהאַלטן און ניצן די שפּראַך.
  • אַרבעטן אין איינעם מיט אינטרעסענטן צו דערגרייכן שפּראַך־איבערפֿירער איבער דער לאַנד.
  • רעגלמעסיק איבערקוקן דער צושטאַנד פֿון יעדן נאַציאָנאַלן מינאָריטעט אין איינעם מיט דער שפּראַך־אויפֿזעע בײַ Isof.
  • רעגלמעסיק איבערקוקן איר אייגענע אַרבעט מיט רעוויטאַליזאַציע.

אַנטוויקלען און זאַמלען מעטאָדיק פֿאַר שפּראַך־רעוויטאַליזאַציע אין שוועדן

אַ שפּראַך־צענטער זאָל:

  • אַנטוויקלען מעטאָדיק פֿאַר שפּראַך־רעוויטאַליזאַציע פֿון די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן.
  • זאַמלען און פֿאַרשרײַבן גוטע בײַשפּילן און דערפֿאַרונגען פֿון שפּראַך־רעוויטאַליזאַציע אויף נאַציאָנאַלע, לאָקאַלע און גלאָבאַלע שטאַפּלען.
  • שטיצן פֿאמיליעס אין שפּראַך־איבערפֿירונג און מענטשן אין שפּראַך־באנוץ אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים.

אַרבעטן אין איינעם מיט און שטיצן אַנדערע אינטרעסענטן אינעם פּראָצעס פֿון רעוויטאַליזאַציע

אַ שפּראַך־צענטער זאָל:

  • אַרבעטן אין איינעם מיט אַנדערע שפּראַך־צענטערס אין שוועדן און איבער דער וועלט, ווי אויך מיט קאָמונעס, ראַיאָנען, שולן, פֿאָרשביבליאָטעקן, מלוכישע אַגענטורן, פֿירמעס און אָרגאַניזאַציעס איבער דער לאַנד.
  • אָנפֿירן און אָנטייל נעמען אין סעמינאַרן און קאָנפֿערענסן געצילט אויף אינטרעסענטן פֿון פֿאַרשיידענע שטאַפּלען.
  • שפּרייטן וויסנשאַפֿט, דערפֿאַרונג און מעטאָדן פֿון שפּראַך־רעוויטאַליזאַציע, ווי אויך קענטענישן וועגן דעם פֿאָלקלאָר פֿונעם נאַציאָנאַלן מינאָריטעט און די היסטאָרישע און הײַנטיקע צושטאַנד פֿון דער נאַציאָנאַלער מינאָריטעט־שפּראַך.

אַרבעטן עפֿנטלעך מיט אינפֿאָרמאָציע וועגן און באַציִונגען צו נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן

אַ שפּראַך־צענטער זאָל:

  • געבן אַלעמען צו וויסן אַז די מינאָריטעט־שפּראַכן זענען אין געפֿאַר אָבער אַז מען קען זיי רעוויטאַליזירן.
  • געבן אינפֿאָרמאַציע וועגן די שפּראַכלעכע רעכט פֿון מינאָריטעטן.
  • מאַכן די שפּראַך באַקאַנט צווישן מענטשן.

קאָנטאַקט

sprakcentrum@isof.se