דער אינסטיטוט פֿאַר שפּראַך און פֿאָלקלאָר (דער שפּראַך־צענטער פֿאַר ייִדיש און דער שפּראַך־ראַט) און Paideia אָרגאַניזירן אַ סעמינאַר וועגן איבערזעצונג אויף ייִדיש

זײַט וויסן אַז דער סעמינאַר איז אויפֿגעלייגט ביזן 11טן דעצעמבער!

כּישוף אויף מאַמע־לשון!

דער שפּראַך־ראַט דער שפּראַך־צענטער פֿאַר ייִדיש אָרגאַניזירן אַ פּראַקטישן סעמינאַר וועגן איבערזעצונג אויף ייִדיש. דער סעמינאַר וועט אָנגעפֿירט ווערן פֿון אַרעלע ווישוואַנאַט, וואָס האָט איבערגעזעצט הערי פּאָטער אויף ייִדיש. דער אָנטיילנעמער דאַרף נישט זײַן קיין איבערזעצער, עס איז גענוג צו זײַן פֿאַראינטערעסירט אין ייִדיש־איבערזעצונג. מען דאַרף אָבער זײַן גרייט זיך צוצוהערן צו ייִדיש, און באַזירט אויף די אייגענע פֿעיִקייטן, איבערצוזעצן אויף ייִדיש אין גרופּעס בעל־פּה און בכּתבֿ. דער געדאַנק איז אַז מען זאָל זיך קענען אַנטוויקלען אומאָפּהענגיק אין וואָסער מדרגה מען געפֿינט זיך.

דער סעמינאַר איז בחינם און וועט דורכגעפֿירט ווערן מיט אַ באַגרענעצטער צאָל אָנטיילנעמערס 09 ביז 17 אַ זייגער דעם 11טן דעצעמבער אין שטאָקהאָלם.

מעלדט זיך ערבֿ דעם 1טן דעצעמבער דורך דעם אָ בליצפּאָסט־אַדרעס: jiddisch@isof.se

לאָז אונדז וויסן טאָמער איר האָט באַזונדערע באַדערפֿענישן לגבי עסן!

זײַט באַגריסט!