וואָס איז שפּראַך־רעוויטאַליזאַציע?

דער נאַציאָנאַלער שפּראַך־צענטער וועט אַקטיוו מוטיקן און סטימולירן דעם פֿאַרמערטן באַנוץ פֿון די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן אין דער געזעלשאַפֿט, צושטעלן עקספּערטיז, אַנטוויקלען מעטאָדן צו באַפֿעסטיקן די מעגלעכקײַטן פֿון די בירגער צו נוצן און לערנען זיך די שפּראַכן, און שפּרייטן קענטעניש וועגן רעוויטאַליזאַציע.

די אַרבעט צו שטיצן אַ שפּראַך כּדי עס זאָל ווײַטער לעבן אין דער צוקונפֿט ווערט אָנגערופֿן שפּראַך־רעוויטאַליזאַציע. די רעוויטאַליזאַציע פֿון די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן האַנדלט זיך סײַ פֿון צוריקנעמען און סײַ פֿון אַנטוויקלען שפּראַכן דורך פֿאַרשיידענע סאָרטן באַוווּסטזיניקע האַנדלונגען. דער לאַנגדויערדיקער ציל פֿון די האַנדלונגען איז צו פֿאַרמערן דעם באַנוץ פֿון די שפּראַכן סײַ אויף אַן אינדיווידואַלן מדרגה און סײַ אין דער ברייטערער געזעלשאַפֿט, און צו שטיצן די ווירקזאַמע אַריבערפֿירונג פֿון די שפּראַכן און קולטורן פֿון נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן[1] פֿון דור צו דור.

[1]דער טערמין קולטור אין דעם זין ווערט אָפט גענוצט פֿאַר טיפּישער אויפֿפֿירונג, טראַדיציעס און קולטורעלער ירושה, וועגווײַזנדיקע נאָרמעס, צענטראַלע ווערטן און אידעאַלן, און ווי אַזוי די וועלט ווערט באַטראַכט, געטײַטשט און פֿאַרשטאַנען. קולטורן זענען היסטאָריש פֿאָרמירט, זיי טוישן זיך און זענען סאָציאַל באַזירטע געמיינשאַפֿטן.

פֿארוואָס איז אַ שפּראַך אין געפֿאַר פֿון פֿאַרשוווּנדן ווערן?

די סיבה פֿאַרוואָס אַ מינאָריטעט־שפּראַך איז באַדראָט און אין געפֿאַר פֿון פֿאַרשוווּנדן ווערן איז אָפֿט אַ לאַנגע תּקופֿה פֿון אַקטיווער אַסימילאַציע וואָס האָט צוגעפֿירט צו אַן אַרומנעמיקן פּראָצעס פֿון שפּראַכבײַט. דער פּראָצעס פֿון שפּראַכבײַט באַשטייט פֿון אַן ביסלעכווײַזער אַריבערגאַנג פֿון די וועלכע רעדן איין שפּראַך צום באַנוץ פֿון אַן אַנדערער שפּראַך. אין אַ פּראָצעס פֿון שפּראַכבײַט ווערט די שפּראַך געניצט ווייניקער און ווייניקער אין פֿאַרשיידענע צוזאַמענהאַנגען, וואָס פֿירט שפּעטער צו דעם אַז די שפּראַך ווערט מער נישט אַריבערגעפֿירט פֿון עלטערן צו קינדער.

באַמיִונגען אָפּצושטעלן און פֿאַרקערן דעם פּראָצעס פֿונעם שפּראַכבײַט

אַ פּראָצעס פֿון שפּראַכבײַט שטאַמט פֿון פֿיל פֿאַרשיידענע היסטאָרישע און געזעלשאַפֿטלעכע פֿאַקטאָרן און ווענדט זיך זעלטן אינעם אַקטיוון שפּראַכאויסוואַל בײַ אינדיווידן. שפּראַך־רעוויטאַליזאַציע האַנדלט זיך, צווישן אַנדערע זאַכן, פֿון אַנטוויקלונג פֿון געצײַג און מעטאָדן צו העכערען די צאָל רעדנערס, שטיצן די שפּראַך־איבערפֿירונג פֿון דור צו דור און הייבן דעם סטאַטוס פֿון דער שפּראַך. אַ וויכטיקע טייל פֿון דעם פּראָצעס פֿון רעוויטאַליזאַציע איז אויך צו שטיצן רעדנערס צו פֿילן זיך באַקוועם בײַם נוצן די שפּראַך אין פֿאַרשיידענע סבֿיבֿות.

אויסגאַנגפּונקטן פֿאַר דער רעוויטאַליזאַציע פֿון די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן

די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן האָבן פֿאַרשיידענע אויסגאַנגפּונקטן פֿאַר שפּראַך־רעוויטאַליזאַציע און נייטיקן זיך אין פֿאַרשיידענע באַמיִונגען. אַן אויפֿשאַצונג פֿונעם הײַנטיקן מצבֿ, דאָס הייסט פֿון וווּ אַ שפּראַך געפֿינט זיך אינעם פּראָצעס פֿון שפּראַכבײַט און וועלכע פֿאַקטאָרן באַאײַנפֿלוסן איר באַנוץ, דאַרף זײַן דער גרונט פֿאַר די באַמיִונגען און שריט פֿון דער רעוויטאַליזאַציע. גלײַכצײַטיק איז די עיקרדיקע שוועריקייט די זעלביקע פֿאַר אַלע די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן, נעמלעך דער פֿאַקט אַז דער פּראָצעס פֿון שפּראַכבײַט האָט צוגעפֿירט צו אַ לאַגע וווּ די ווײַטערדיקע עקסיסטענץ פֿון די שפּראַכן אין שוועדן איז באַדראָט.

[1]דער טערמין קולטור אין דעם זין ווערט אָפט גענוצט פֿאַר טיפּישער אויפֿפֿירונג, טראַדיציעס און קולטורעלער ירושה, וועגווײַזנדיקע נאָרמעס, צענטראַלע ווערטן און אידעאַלן, און ווי אַזוי די וועלט ווערט באַטראַכט, געטײַטשט און פֿאַרשטאַנען. קולטורן זענען היסטאָריש פֿאָרמירט, זיי טוישן זיך און זענען סאָציאַל באַזירטע געמיינשאַפֿטן.

קאָנטאַקט

sprakcentrum@isof.se