נײַעס־בלעטל 1 שפּראַך־צענט

אין יאַנואַר הײַיאָר האָט ISOF (דער אינסטיטוט פֿאַר שפּראַך און פֿאָלקלאָר) אָנגעהויבן פּלאַנירן פֿאַר דער אויפֿשטעלונג פֿון שפּראַך־צענטערס, מיטן ציל אויפֿצושטעלן עטלעכע פֿון זיי ביז 2022. מיטן הילף פֿון פֿאַרשיידענע עקספּערטן בײַ ISOF און די מיינונגען אַרײַנגעגעבענע בײַ די דיסקוסיעס, טוט די אַרבעט ווײַטער אָנגיין. איר קענט לייענען וועגן דער אָנגייענדיקער אַרבעט אויף אונדזער שפּראַך־צענטער־וועבזײַטל: isof.se/sprakcentrum.

עטלעכע דיסקוסיעס זענען דורכגעפֿירט געוואָרן

אין פֿעברואַר האָט ISOF געהאַלטן עטלעכע דיסקוסיעס וועגן די אַנדערע שפּראַכן - דיסקוסיעס מיט אָרגאַניזאַציעס וואָס טוען פֿאַרטרעטן די נאַציאָנאַלע מינדערהייטן און אָפֿענע דיסקוסיעס פֿאַר אַלע רעדנערס און אַנדערע פֿאַראינטערעסירטע אין די שפּראַכן. אַלץ צוזאַמען, האָבן מיר געהאַלטן נײַן דיסקוסיעס און געטראָפֿן זיך מיט 125 מענטשן. עס איז אויך געווען מעגלעך ארײַנצושיקן אידעעס און עצות דורך פֿאָרמולאַרן אויף דער אינטערנעץ.

אונדזערע דיסקוסיעס האָבן ארײַנגערעכנט אַרבעט אין פֿאַרבינדונג מיט אקטיוויטעטן און ווי אַזוי נאַציאָנאַלע מינדערהייטן קענען ווערן געגעבן די געלעגנהייט צו האָבן אײַנפֿלוס דורך אָנפֿיר­־קאָמיטעטן (styrgrupper) פֿאַר יעדן פֿון די שפּראַך־צענטערס. עס זײַנען אויך געווען רעדעס וועגן דער רעפּרעזענטאַציע און פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט פֿון די אָנפֿיר­־קאָמיטעטן.

דאָס נאָמינירן צו אָנפֿיר­־קאָמיטעטן

אין מערץ קענט איר אַלס אַ יחיד אָדער אײַער אָרגאַניזאַציע נאָמינירן קאַנדידאַטן פֿאַרן אָנפֿיר­־קאָמיטעט וואָס וועט ווערן אײַנגעאָרדנט פֿאַר יעדן שפּראַך־צענטער. איר קענט נאָמינירן מענטשן וואָס איר מיינט וועלן קומען צו נוץ בײַ דער אַרבעט פֿונעם שפּראַך־צענטער, אָבער עס איז וויכטיק אַז דער פּערזאָן וואָס איר נאָמינירט ווייסט דערוועגן און טוט צושטימען צו דער נאָמינאַציע. לייענט מער וועגן אָנפֿיר­־קאָמיטעטן און ווי אַזוי צו נאָמינירן אויף אונדזער וועבזײַטל: isof.se/sprakcentrumstyrgrupper.

די ראָלע פֿון די אָנפֿיר­־קאָמיטעטן איידער דער גרינדונג פֿון די שפּראַך־צענטערס וועט זײַן צו קאָנטראָלירן די אַרבעט פֿון ISOF, אויפֿבויען די אַקטיוויטעטן און געבן הילף און עצות אין דער אַרבעט. איינמאָל די שפּראַך־צענטערס ווערן אויפֿגעשטעלטע, טוען די אָנפֿיר­־קאָמיטעטן זיך טרעפֿן בערך פֿיר מאָל אַ יאָר.

באַשרײַבונג פֿון דער אַרבעט

נאַציאָנאַלע שפּראַך־צענטערס וועלן ברענגען הילף און וויסנשאַפֿט די שפּראַך־באַנוצער איבערן לאַנד אָנצוהאַלטן, צוריקנעמען און אַנטוויקלען זייער שפּראַך - כּדי די שפּראַכן פֿון די נאַציאָנאַלע מינדערהייטן זאָלן קענען ווײַטער לעבן אין שוועדן. די דיסקוסיעס מיר האָבן געהאַט האָבן אַרײַנגערעכנט דער אינהאַלט פֿון די אַקטיוויטעטן און געגעבן אַ געלעגנהייט צו מאַכן באַמערקונגען און מיטטיילן וויסנשאַפֿט אָנבאַלאַנגט דעם צושטאַנדן און די באַדערפֿענישן פֿון די אינדיווידועלע שפּראַכן.

די רעזולטאַטן פֿון די רעדעס וועגן אַקטיוויטעטן וועלן זײַן דער גרונט פֿאַר אַן ערשטער שילדערונג פֿון די אַקטיוויטעטן בײַ די אַנדערע שפּראַך־צענטערס. דער פּלאַנירטער אַרײַנפֿיר פֿון יעדן פֿון זיי וועט דאַן ווערן קאָנטראָלירט און אַרומגערעדט אין די אָנפֿיר­־קאָמיטעטן דורכאויס דעם פֿרילינג.

שטעלעס צו ווערן אויסגערופֿן

באַזירט אויף די אַקטיוויטעטן צו ווערן אויסגעפֿירט בײַ די שפּראַך־צענטערס, האָט ISOF אָנגעהויבן צו פּלאַנירן ווי אַזוי צו אָננעמען שטאַב פֿאר די אַקטיוויטעטן. דורכאויס דעם פֿרילינג, וועלן עטלעכע שטעלעס ווערן פֿאַרעפֿנטלעכט אויפֿן וועבזײַטל isof.se/sprakcentrum ווי אויך דורך די נײַעס־בלעטל, דער קאָנטע פֿון ISOF אויף LinkedIn און אַנדערע וועגן. גיט אַכטונג אויף די קומענדיקע אַנאָנסן און ביטע צעשפּרייט די אינפֿאָרמאַציע צווישן אינטערעסירטע!

דיסקוסיעס וועגן ערטער

שפּראַך־צענטערס וועלן ווערן אויפֿגעשטעלט פֿאַר פֿיניש אין Uppsala, פֿאַר ייִדיש אין שטאָקהאָלם, פֿאַר meänkieli אין Kiruna און Övertorneå און פֿאַר ראָמאַני־טשיב אין שטאָקהאָלם. מיר זענען איצט אין דיִאַלאָג מיט קאָמונעס און אויטאָריטעטן וועגן מעגלעכער לאָקאַלער צוזאַמענאַרבעט אין די פֿאַרשיידענע שטעט. מיר וועלן אַרויסשיקן מער אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם אין שפּעטערע נײַעס־בלעטעלעך.

אײַערע מיינונגען זענען וויכטיקע

מיר אָנערקענען די הויכע מאָס פֿון איבערגעבנקייט אין אינטערעסע אין דער אויפֿשטעלונג פֿון נאַציאָנאַלע שפּראַך־צענטערס און האָבן זיך דערוווּסט פֿון וויכטיקע מיינונגען און עצות פֿאַר ווײַטערדיקע פּלאַנירונג דורך די דיסקוסיעס און די אײַנגעזאַמלטע באַמערקונגען. דאָס קומענדיקע נײַעס־בלעטל וועט אַרויסגיין סוף מערץ. אויב איר האָט סײַ־וועלכע פֿראַגעס אָדער ווילט קאָמענטירן אונדזער אַרבעט מיט די שפּראַך־צענטערס, ביטע פֿאַרבינדט זיך מיט אונדז דורך sprakcentrum@isof.se!

Ann Heimer , פּראָיעקט־אויפֿזעער פֿאַר שפּראַך־צענטערס בײַ ISOF