נײַעס בלעטל 2 שפּראַך־צענטערס

אין 2022 וועטIsof אויפֿשטעלן נאַציאָנאַלע שפּראַך־צענטערס פֿאַר פֿיניש, ייִדיש, meänkieli און ראָמאַני טשיב, און איר קענט לייענען וועגן די פֿאָרשריט פֿון דער אַרבער אינעם נײַעס־בלעטל. אין מערץ און אַפּריל איז דער ציל געווען אויפֿצושטעלן אָנפֿיר־קאָמיטעטן און אָנצושטעלן נײַע מיטאַרבעטער בײַ די שפּראַך־צענטערס.

די קאָנסטיטוציע פֿון די אָנפֿיר־קאָמיטעטן

אין פֿעברואַר האָט ISOF געהאַלטן עטלעכע דיסקוסיעס וועגן די אַנדערע שפּראַכן - דיסקוסיעס מיט אָרגאַניזאַציעס וואָס טוען פֿאַרטרעטן די נאַציאָנאַלע מינדערהייטן און אָפֿענע דיסקוסיעס פֿאַר אַלע רעדנערס און אַנדערע פֿאַראינטערעסירטע אין די שפּראַכן. אַלץ צוזאַמען, האָבן מיר געהאַלטן נײַן דיסקוסיעס און געטראָפֿן זיך מיט 125 מענטשן. עס איז אויך געווען מעגלעך ארײַנצושיקן אידעעס און עצות דורך פֿאָרמולאַרן אויף דער אינטערנעץ.

אונדזערע דיסקוסיעס האָבן ארײַנגערעכנט אַרבעט אין פֿאַרבינדונג מיט אקטיוויטעטן און ווי אַזוי נאַציאָנאַלע מינדערהייטן קענען ווערן געגעבן די געלעגנהייט צו האָבן אײַנפֿלוס דורך אָנפֿיר­־קאָמיטעטן (styrgrupper) פֿאַר יעדן פֿון די שפּראַך־צענטערס. עס זײַנען אויך געווען רעדעס וועגן דער רעפּרעזענטאַציע און פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט פֿון די אָנפֿיר­־קאָמיטעטן.

דאָס נאָמינירן צו אָנפֿיר­־קאָמיטעטן

דעם 31טן מערץ איז געווען די לעצטע דאַטע צו נאָמינירן צו די אָנפֿיר־קאָמיטעטן און מיר האָבן באַקומען אַ סך נאָמינאַציעס פֿאַר די פֿאַרשיידענע שפּראַכן. מיר אַרבעטן איצט מיטן אויסקלײַב כּדי צו קאָנסטיטויִרן די אָנפֿיר־קאָמיטעטן און מיר האָפֿן צו זײַן פֿאַרטיק נאָך פּסח.

די ראָלע פֿון די אָנפֿיר־קאָמיטעטן איידער דער גרינדונג פֿון די שפּראַך־צענטערס וועט זײַן צו פֿאָלגן דער אַרבעט פֿון Isof, אויפֿצובויען די אַקטיוויטעטן און געבן הילף און עצות אין דער אַרבעט. ווען די שפּראַך־צענטערס וועלן שוין זײַן אויפֿגעשטעלט, וועלן די אָנפֿיר־קאָמיטעטן זיך טרעפֿן בערך פֿיר מאָל אַ יאָר.

לייענט מער וועגן די פֿליכטן פֿון די אָנפֿיר־קאָמיטעטן און ווי אַזוי מען האָט זיי נאָמינירט אויף אונדזער וועבזײַטל isof.se/sprkcentrumstyrgrupper.

מיר זוכן אַ סך נײַע אַרבעטער

מיר שטעלן איצט אָן אַדמיניסטראַטאָרן און שפּראַך־שטיצערס בײַ די שפּראַך־צענטערס. די לעצטע דאַטעס אַרײַנצושיקן אַפּליקאַציעס פֿאַר די פֿאַרשיידענע שפּראַכן זײַנען:

  • meänkieli אין Övertorneå, דעם 4טן אַפּריל
  • פֿיניש, דעם 10טן אַפּריל
  • ייִדיש, דעם 20טן אַפּריל
  • ראָמאַני טשיב, דעם 20טן אַפּריל
  • meänkieli אין Kiruna, דעם 22טן אַפּריל

די נאַציאָנאַלע שפּראַך־צענטערס וועלן זײַן אַ טייל פֿון אַ נײַער אָפּטיילונג בײַ Isof, ספּעציאַליזירט אין די שפּראַכן און קולטורן פֿון די נאַציאָנאַלע מינדערהייטן. דעריבער זוכן מיר אויך עטלעכע מיטאַרבעטער וואָס וועלן באַזעצן שטעלעס בײַ דער אָפּטיילונג, ווי אויך צײַטווײַליקע שטעלעס בשעת דער עטאַבלירנדיקער פֿאַזע, אַרײַנרעכנדיק שפּראַך־אויפֿזעער פֿון meänkieli און פֿון ראָמאַני טשיב.

איר קענט געפֿינען אַלע הײַנטיקע און קומענדיקע שטעלעס אויף אונדזער וועבזײַט isof.se/jobbapasprakcentrum און אויף דער קאָנטע פֿון Isof אויף LinkedIn, ווי אויך דורך אַנדערע קאַנאַלן.

באַזוכן אין Övertorneå און Kiruna

די שפּראַך־צענטערס פֿאַר meänkieli וועלן עטאַבלירט ווערן אין Övertorneå און אין Kiruna אין 2022. אין Övertorneå וועט דאָס געשען דורך צוזאַמענאַרבעט מיט דער קאָמונע און דעם רעסורס־ביבליאָטעק פֿאַר meänkieli בײַם קולטור־ און פֿאָרשצענטער פֿון Nordkalotten. דער אַדמיניסטראַטאָר און איינער פֿון די דרײַ שפּראַך־שטיצערס וועלן זײַן באַזירט אין Övertorneå, בשעת די איבעריקע צוויי שפּראַך־שטיצערס וועלן זײַן באַזירט אין Kiruna.

דעם 5טן ביזן 6טן אַפּריל האָט Isof באַזוכט Övertorneå צוזאַמען מיט פֿאָרשטייערס פֿון דער קאָמונע, די פֿאָלקהויכשולע און דעם רעסורס־ביבליאָטעקל אָנצוקוקן די לאָקאַלן און פֿאָרצופּלאַנירן די אַרבעט־ערטער בײַם רעסורס־ביבליאָטעק און דעם שפּראַך־צענטער. די האָפֿענונג איז אַז דער שפּראַך־צענטער וועט זײַן צוגעגרייט מיט פּערסאָנאַל און לאָקאַלן נאָכן זומער. Isof האָט זיך אויך געטראָפֿן מיט אָרטיקע פֿאַראיינען און דער שוועדישער קירכע.

דעם 4טן ביזן 5טן מײַ וועט Isof באַזוכן Kiruna אָנצוהייבן די צוזאַמענאַרבעט מיטן שפּראַך־צענטער אין איינעם מיט דער קאָמונע און דעם סאַמישן פּאַרלאַמענט. צוזאַמען מיטן סאַמישן פּאַרלאַמענט, איז Isof באַפֿוילן פֿאָרצולייגן אינדיקאַטאָרן כּדי מען זאָל קענען פֿאָלגן די אַנטוויקלונג פֿון די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן.

אײַערע מיינונגען זענען וויכטיקע

מיר אָפּשאַצן די הויכע מאָס פֿון איבערגעגעבנקייט און אינטערעסע אין דער אויפֿשטעלונג פֿון די נאַציאָנאַלע שפּראַך־צענטערס, און דורך די דיסקוסיעס און צוזאַמענאַרבעטן איז געבראַכט געוואָרן וויכטיקע געדאַנקען און אידעען פֿאַרן אָנגייענדיקן פּלאַניר־פּראָצעס. דאָס קומענדיקע נײַעס־בלעטל וועט ארויס אין מײַ.

אויף אונדזער וועבזײַטל isof.se/sprakcentrum קענט איר לייענען וועגן די פֿאָרשריט פֿון דער אַרבעט און אויב איר האָט סײַ־וועלכע פֿראַגעס אָדער באַמערקונגען וועגן אונדזער אַרבעט אויפֿצושטעלן די שפּראַך־צענטערס, ביטע קאָנטאַקטירט זיך מיט אונדז דורך sprakcentrum@isof.se.

/Ann Heimer, פּראָיעקטפֿירערין פֿאַר דער אַרבעט מיט די שפּראַך־צענטערס בײַ Isof