עקסטרע צעטיילונג פֿון בײַטראָגן פֿאַר די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן

דער אינסטיטוט פֿאַר שפּראַך און פֿאָלקלאָר האָט הײַיאָר באַקומען אַ געלעגנהייט צו צעטיילן עקסטרע בײַטראָגן די פֿאַראײַנען און אָרגאַניזאַציעס וועלכע פֿאַרנעמען זיך מיט רעוויטאַליזאַציע פֿון די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן.

די אָ באַקאַנטמאַכונג איז פֿאַר פֿאַראײַנען וואָס ווילן שאַפֿן פּעדאַגאָגישע מאַטעריאַלן אין די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן, אָדער וואָס ווילן דורכפֿירן שפּראַך־טרעפֿן, שפּראַך־בעדער אָדער ענלעכע שפּראַך־שטיצנדיקע אַקטיוויטעטן בנוגע דער גערעדטער שפּראַך, דער עיקר פֿאַר קינדער, יונגע אָדער צווישן די דורות.

פֿאַר די אַפּליקאַציעס זײַנען פֿאַראַן 2,1 מיליאָן קראָן.

לייענט מער וועגן ווי אַזוי מען אַפּליקירט אויף: https://www.isof.se/stod-och-sprakrad/bidrag-till-minoritetsspraken/soka-bidrag

די אַפּליקאַציעס דאַרף מען אַרײַנשיקן ערבֿ מאָנטיק דעם 2טן אָקטיאַבר 2023.

דער אינסטיטוט פֿאַר שפּראַך און פֿאָלקלאָר צעטיילט בײַטראָגן פֿאַר דער רעוויטאַליזאַציע פֿון די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן פֿיניש, ייִדיש, מעאַנקיעלי, ראָמאַני־טשיב און סאַמיש.

די גרופּע וואָס באַשליסט וועט זיך טרעפֿן דעם 3טן נאָוועמבער און דערנאָך וועט מען לאָזן וויסן די באַשלוס אין אַ פּאָר וואָכן אַרום.

אַ באַוויליקטן בײַטראָג מוז מען רעקווירירן און ווערט באַצאָלט 2023 אָבער קען געניצט ווערן במשך פֿון דער גאַנצער פּעריאָדע פֿונעם פּראָיעקט.

בײַטראָגן קענען זוכן פֿאַראײַנען, אָרגאַניזאַציעס אָדער פֿונדאַציעס וועלכע זײַנען נישט מלוכישע אָדער קאָמונאַלע און וועלכע אָן קיין ציל פֿון פֿאַרדינסט האָבן אַ טעטיקייט אין שוועדן.

אַפּליקירט אַם לעצנס דעם 2טן אָקטיאַבר 2023