צעטיילונג פֿון בײַטראָגן פֿאַר די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן

איצט קען אײַער פֿאַראײַן אָדער אָרגאַניזאַציע זוכן בײַטראָגן פֿאַר דער רעוויטאַליזאַציע פֿאַר די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן. אַפּליקירט צום לעצטנס דעם 22סטן יאַנואַר.

דער אינסטיטוט פֿאַר שפּראַך און פֿאָלקלאָר צעטיילט בײַטראָגן צו פֿאַראײַנען און אָרגאַניזאַציעס וועלכע אַרבעטן מיט דער רעוויטאַליזאַציע פֿון די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן. איצט זײַנען עס פֿאַראַן נײַע געלטער וואָס מען קען זוכן. די אַפּליקאַציעס מוז מען אַרײַנשיקן איידער דעם 22סטן יאַנואַר 2024.
לייענט מער און אַפּליקירט אויף דעם זײַטל „בײַטראָגן פֿאַר די מינאָריטעט־שפּראַכן”.

באַשלאָס אין פֿעברואַר

די גרופּע וואָס באַשליסט וועט זיך טרעפֿן דעם 16טן פֿעברואַר און דערנאָך וועט מען לאָזן וויסן די באַשלוס אין אַ פּאָר וואָכן אַרום. אַ באַוויליקטן בײַטראָג מוז מען רעקווירירן און ווערט באַצאָלט 2024 אָבער קען געניצט ווערן במשך פֿון דער גאַנצער פּעריאָדע פֿונעם פּראָיעקט.
בײַטראָגן קענען זוכן פֿאַראײַנען, אָרגאַניזאַציעס אָדער פֿונדאַציעס וועלכע זײַנען נישט מלוכישע אָדער קאָמונאַלע און וועלכע אָן קיין ציל פֿון פֿאַרדינסט האָבן אַ טעטיקייט אין שוועדן.