- Startsida
- ייִדיש
- שפּראַך־הילף
- ייִדיש־שוועדיש־ייִדיש ווערטערבוך
דיגיטאַליש ייִדיש־שוועדיש־ייִדיש ווערטערבוך
ייִדיש־שוועדיש־ייִדיש ווערטערבוך איז אַ דיגיטאַליש ווערטערבוך מיט אַן ערך 8200 ווערטער.
דאָס ייִדיש־שוועדיש־ייִדישע ווערטערבוך איז אַ דיגיטאַליש ווערטערבוך מיט אַרום 8200 שוועדישע ווערטער. דאָס ווערטערבוך באַשטייט פֿון דרײַ טיילן: פֿון אַ ייִדיש־שוועדישן טייל, אין וועלכן די ווערטער זײַנען געשריבן מיט ייִדישע אותיות, פֿון אַ שוועדיש־ייִדישן טייל און פֿון אַ טראַנסקריבירטן טייל, אין וועלכן די ווערטער זײַנען געשריבן לויטן לאַטײַנישן אַלפֿאַבעט
וועגן דעם ווערטערבוך
דאָס ווערטערבוך קען מען אויך קויפֿן ווי אַ געדרוקטע אױסגאַבע, אָדער עס לייענען בחינם ווי אַן עלעקטראָניש ביכל. דאָס געדרוקטע בוך אַנטהאַלט אויך אַ קורצע גראַמאַטישע באַשרײַבונג.
דאָס ווערטערבוך איז אונטער אַנטוויקלונג
די דיגיטאַלישע אױסגאַבע פֿונעם ווערטערבוך איז אונטער אַנטוויקלונג. שטעלט זיך אין קאָנטאַקט מיט אונדז און לאָזט אונדז װיסן אײַער מײנונג, טאָמער האָט איר אַ פֿירלייג ווי אַזוי מען קען עס פֿאַרבעסערן, אָדער אויב איר געפֿינט אַ פּראָבלעם.