שוועדיש־ייִדישע ווערטער־רשימות

קורצע שוועדיש־ייִדישע ווערטער־רשימות אויף פֿאַרשײדענע מינים טעמעס.

אָט דאָ געפֿינט איר קורצע שוועדיש־ייִדישע ווערטער־רשימות אויף פֿאַרשײדענע מינים טעמעס. די צאָל רשימות איז באַגרענעצט. אונדזער ציל איז, אַז די צאָל זאָל װאַקסן מיט דער צײַט.

װערטער־רשימות

 

טעמע

PDF

װערטער־רשימה װעגן קאָראָנע־װירוס

שװעדיש־ייִדישע װערטער־רשימה װעגן קאָראָנע־װירוס pdf, 299 kB, opens in new window.

ייִדיש־שוועדיש־ייִדיש ווערטערבוך

bokomslag

דער אינסטיטוט פֿאַר שפּראַך און פֿאָלקלאָר (איסאָף) האָט אַרויסגעגעבן אַ ייִדיש־שוועדיש־ייִדיש ווערטערבוך, וואָס נעמט אַרײַן אַן ערך 8200 שוועדישע ווערטער. דאָס ווערטערבוך באַשטייט פֿון דרײַ טיילן: פֿון אַ ייִדיש־שוועדישן טייל, אין וועלכן די ווערטער זײַנען געשריבן מיט ייִדישע אותיות, פֿון אַ שוועדיש־ייִדישן טייל און פֿון אַ טראַנסקריבירטן טייל, אין וועלכן די ווערטער זײַנען געשריבן לויטן שוועדישן אַלפֿאַבעט. דאָס ווערטערבוך נעמט אויך אַרײַן אַ קורצע גראַמאַטישע באַשרײַבונג. דאָס בוך איז דאָ צום לייענען אומזיסט אין PDF־פֿאָרמאַט, אָדער צום באַשטעלן אין געדרוקטער פֿאָרעם.

טוט לייענען און באַשטעלן דאָס בוך אויפֿן וועבזײַטל „ייִדיש־שוועדיש־ייִדיש ווערטערבוך”.