- Startsida
- ייִדיש
- שפּראַך־הילף
- טראַנסקריפּציע פֿון טעקסטן
טראַנסקריפּציע פֿון טעקסטן
אַ וועגווײַזער צו דער טראַנסקריפּציע פֿון טעקסטן אויף ייִדיש
פֿאַרשיידענע סיסטעמען
אין שוועדן זײַנען פֿאַראַן דרײַ פֿאַרשיידענע סיסטעמען פֿאַר טראַנסקריפּציע פֿון טעקסטן אויף ייִדיש:
- די אינטערנאַציאָנאַלע סיסטעם פֿון ייִוואָ, וואָס איז צוגעפּאַסט צו אַן ענגלישן אַרויסרעד;
- דער מגילה־פֿאַרלאַגס צופּאַסונג פֿון דער ייִוואָ־סיסטעם לויטן שוועדישן אַרויסרעד;
- דער פּאָדיום־פֿאַרלאַגס צופּאַסונג פֿון דער ייִוואָ־סיסטעם לויטן שוועדישן אַרויסרעד.
וואָס דאַרף מען אין זינען האָבן בײַם אױסקלײַבן אַ סיסטעם?
פֿאַראַן אַנדערע סיסטעמען וואָס זײַנען צוגעפּאַסט צו אַ סך פֿאַרשיידענע שפּראַכן. אַז מען איז אומזיכער ווי אַזוי צו טאָן אין אַ פֿאָרמעלן קאָנטעקסט, קען מען אױסקלײַבן די ייִוואָ־סיסטעם. אין אַ פּעדאַגאָגישן קאָנטעקסט וויל מען אפֿשר בעסער טראַנסקריבירן זייער נאָענט צו דעם היגן (שוועדישן) אַרויסרעד. הייבט אָן פֿון אײַערע באַדערפֿענישן און זײַט זיך שואל־עצה מיט עמעצן וואָס קען גוט ייִדיש.
די בעסטע ברירה איז צו באַניצן די ייִדישע אותיות.
וועגן דער טאַבעלע
די קאָלירן אין דער טאַבעלע ווײַזן אָט וווּ עס איז פֿאַראַן אַן אונטערשייד צווישן די סיסטעמען. אַ גראָע פֿאַרב מיינט אַז אַלע סיסטעמען זײַנען אייניק. אַ געלע פֿאַרב גיט צו פֿאַרשטיין אַז עס איז דאָ אַן אונטערשייד אין די סיסטעמען.
די טאַבעלע איז נישט חל אויף קיין פּערזענלעכע נעמען, ווײַל בײַ אַזעלכע נעמען קענען אויך שפּילן אַ ראָלע יחידישע פּרעפֿערענצן, משפּחה־טראַדיציעס און פֿרעמדשפּראַכיקע קאָנווענצן. עס קען, למשל, אויסקומען צו טרעפֿן דעם זעלביקן נאָמען „שוואַרץ“ אויסגעלייגט אויף פֿאַרשיידענע אָנגענומענע אופֿנים: Szwarc, Schwarz צי Shvarts.
אָט דאָ קענט איר אַראָפּלאָדן די טאַבעלע דיגיטאַליש: