פֿראַגעס און ענטפֿערס װעגן ייִדיש

צי זײַנען דאָ װערטער אין ייִדיש װאָס שטאַמען פֿון שװעדיש?

אין פֿרעגקעסטל געפֿינט איר פֿראַגעס און ענטפֿערס װעגן ייִדיש. דאָס רובֿ פֿראַגעס און ענטפֿערס אין פֿרעגקעסטל זײַנען אױף שװעדיש. עס זײַנען פֿאַראַן אײנצעלנע פֿראַגעס און ענטפֿערס אױף ייִדיש.

דער אינהאַלט אין דעם פֿרעגקעסטל איז באַזירט אויף פֿראַגעס וואָס מיר האָבן באַקומען וועגן ייִדיש. פֿאַראַן אי פֿראַגעס וועגן שפּראַכבאַנוץ (וואָקאַבולאַר, גראַמאַטיק, אויסלייג און דאָס גלײַכע), אי פֿראַגעס וועגן למשל דעם סטאַטוס, דער געשיכטע, דעם אויפֿבוי און דער אינפֿראַסטרוקטור פֿון ייִדיש.

דאָס רובֿ פֿראַגעס וואָס מיר באַקומען זײַנען אויף שוועדיש, און דערפֿאַר איז דערווײַל דאָס רובֿ פֿון דעם אינהאַלט אין פֿרעגקעסטל אויף שוועדיש. עס זײַנען פֿאַראַן איינצעלנע פֿראַגעס און ענטפֿערס אויף ייִדיש אין דעם מאַטעריאַל. כּדי צו געפֿינען אַלע פֿראַגעס אויף ייִדיש, גייט צו Kategorisökning (קאַטעגאָריעס) און קלײַבט אויס די קאַטעגאָריע אויף ייִדיש/På jiddisch. כּדי צו געפֿינען אַלע פֿראַגעס אויף שוועדיש, גייט צו Kategorisökning (קאַטעגאָריעס) און קלײַבט אויס די קאַטעגאָריע אויף שוועדיש/På svenska.

בײַם ענטפֿערן אויף פֿראַגעס וועגן ייִדיש זוכן מיר נאָך אין למשל:

  • ווערטערביכער
  • כּלל־תּקנות
  • גראַמאַטישע באַשרײַבונגען
  • שפּראַכגעשיכטע
  • עלטערע און נײַערע טעקסטן
  • געזעצן און רעגולאַציעס
  • אינפֿאָרמאַציע פֿון אַמטן און אַנדערע אָרגאַניזאַציעס
  • און אויך אַנדערע מקורים, אָפּהענגיק פֿון דער פֿראַגע.

זוכן אין פֿרעגקעסטל

  • שרײַבט אַרײַן אַ וואָרט אָדער אַ פֿראַזע אין זוכפֿעלד און קוועטשט אויף Sök (זוכן). קיין גענדזן־פֿיסלעך זײַנען נישט נייטיק. צי איר באַקומט רעזולטאַטן, קוועטשט אויף דער פֿראַגע וואָס איר ווילט לייענען.
  • אין Kategorisökning (קאַטעגאָריעס) געפֿינט איר פֿראַגעס אויסגעסדרט לויט פֿאַרשידענע טעמעס, למשל גראַמאַטיק אָדער שפּראַך־געשיכטע. מאַרקירט די קאַטעגאָריע וואָס אינטערעסירט אײַך, קוועטשט אויף Sök (זוכן), און קלײַבט דערנאָך אויס אַ פֿראַגע. אויב איר טוט מאַרקירן אַן אַרומנעמיקע קאַטעגאָריע, באַקומט איר אַלע פֿראַגעס פֿון די אונטער־קאַטעגאָריעס גלײַכצײַטיק.