דער ייִדישער שפּראַכצענטער
די שפּראַך־שטיצערס בײַם ייִדישן שפּראַכצענטער באַמיִען זיך צו געבן שפּראַכטרעגערס איבערן גאַנצן לאַנד די מעגלעכקײט אָנצוהאַלטן, צוריקצונעמען און צו אַנטוויקלען זייער שפּראַך.
אונדזער לאַנגדויערדיקער ציל איז צו מוטיקן צום ניצן ייִדיש, סײַ בײַם יחיד און סײַ אין דער געזעלשאַפֿט, און אונטערצושטיצן דעם מצליחדיקן איבערגעבן פֿון דער ייִדישער שפּראַך פֿון דור צו דור.
מיר אַרבעטן כּדי צו מוטיקן און שטיצן צום ניצן ייִדיש. מיר באַמיִען זיך צו פֿאַרבעסערן די באַדינגונגען צו ניצן און צוריקצונעמען די שפּראַך. מיר פֿאַרשפּרײטן אויך קענטענישן וועגן דער ייִדישער שפּראַך און ייִדישער שפּראַך־רעוויטאַליזאַציע.
שפּראַך־רעוויטאַליזאַציע
אַ וויכטיקער טײל פֿון דער אַרבעט בײַם ייִדישן שפּראַכצענטער איז צו דערמוטיקן דעם באַנוץ פֿון דער ייִדישער שפּראַך. דאָס טוען מיר למשל דורכן:
- אַנטוויקלען נײַע מעטאָדן פֿון ייִדישער שפּראַך־רעוויטאַליזאַציע
- צונויפֿזאַמלען, דאָקומענטירן און פֿאַרמיטלען גוטע בײַשפּילן און דערפֿאַרונגען פֿון שפּראַך־רעוויטאַליזאַציע אויף דער נאַציאָנאַלער, לאָקאַלער און אינטערנאַציאָנאַלער מדרגה.
ביוראָ אין שטאָקהאָלם
דער שפּראַכצענטער געפֿינט זיך אין שטאָקהאָלם אָבער עס אַרבעט פֿאַר שפּראַכטרעגערס איבערן גאַנצן לאַנד.
דער שפּראַך־פּאָליטישער בלאָג: וועלכע זענען די גרעסטע אויספֿאָדערונגען פֿאַר דער רעוויטאַליזאַציע פֿון ייִדיש?
אין אַ טעקסט אויפֿן שפּראַך־פּאָליטישן בלאָג דערצײלט תּומאַס וווּדסקי, שפּראַך־שטיצער בײַם ייִדישן שפּראַכצענטער, וועגן זײַן און די קאָלעגעס אַרבעט און זייערער צילן פֿאַר דער שפּראַך.
לײענט דעם בלאָג־טעקסט דאָ (טעקסט אויף שוועדיש)
קאָנטאַקט
בליצפּאָסט: sprakcentrumjiddisch@isof.se
דער ייִדישער שפּראַכצענטער אויף פֿײסבוק.
External link, opens in new window.דער ייִדישער שפּראַכצענטער אויף אינסטאַגראַם. External link, opens in new window.
נעמי ליכטנשטײן
External link.שפּראַך־שטיצערין
0701886663
noemi.lichtenstein@isof.se
מיקאַעלאַ ראָדין
External link.שפּראַך־שטיצערין
0701886671
mikaela.rohdin@isof.se
תּומאַס וווּדסקי
External link.שפּראַך־שטיצער
tomas.woodski@isof.se
קאַטקאַ מאַזורטשאַק
External link.שפּראַך־שטיצערין
0701038482
katarzyna.mazurczak@isof.se