אײַער רעכט אויף ייִדיש
איר האָט דאָס רעכט צו באַניצן און אַנטוויקלען אײַער שפּראַך! אָט דאָ קענט איר לייענען וועגן אײַערע רעכט ווי אַ ייִדיש־רעדער.
ווער עס געהערט צו אַ נאַציאָנאַלער מינאָריטעט, דאַרף האָבן די מעגלעכקײט זיך צו לערנען, אַנטוויקלען און באַניצן די מינאָריטעט־שפּראַך. דאָס שפּראַכגעזעץ Språklag (2009:600) External link. § 14:1
פֿונעם יאָר 2000 אָן איז ייִדיש אַן אָנערקענטע נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַך. דאָס הייסט, למשל, אַז ייִדיש־רעדערס האָבן פֿאַרברייטערטע רעכט צו באַקומען מוטערשפּראַך־דערציִונג. דאָס רעכט אויף ייִדיש איז באַהאַנדלט אינעם מינאָריטעט־געזעץ און אינעם שפּראַכגעזעץ.
דאָס רעכט אויף מוטערשפּראַך
שפּראַכטרעגערס פֿון ייִדיש האָבן דאָס רעכט זיך צו לערנען ייִדיש אין גערעם פֿון דער מוטערשפּראַך־דערציִונג. יעדע שולע איז מחויבֿ צו אָרגאַניזירן מוטערשפּראַך־דערציִונג אויב עס איז פֿאַראַן איין תּלמיד אָדער איין תּלמידה וואָס פֿאַרלאַנגט עס. עס זײַנען נישטאָ קיין תּנאָים, תּלמידים האָבן דאָס רעכט צו באַקומען מוטערשפּראַך־דערציִונג אויף ייִדיש אויך ווען מען רעדט נישט קיין ייִדיש אין דער היים.
מער וועגן שפּראַכגעזעצן און שפּראַכרעכט
אינהאַלט אויף שוועדיש
Vägledning: Din rätt till nationella minoritetsspråk
Kunskapsbank om nationella minoritetsspråk: Revitalisering och rättigheter
Kunskapsbank: Lär dig mer om språkpolitik och språklagar
פֿאַרבינדונגען
דאָ געפֿינט איר פֿאַרבינדונגען צו אַנדערע וועבזײַטלעך וווּ איר קענט לייענען מער וועגן אײַערע רעכט און וועגן פֿאַרוואַלטונגס־געגנטן. דער אינהאַלט פֿון די זײַטן איז אויף שוועדיש.
- Webbplats för de nationella minoriteterna External link. (minoritet.se)
- Stöd i undervisning om nationella minoriteter External link. (Skolverket)
- Lagen om nationella minoriteter och minoritetsspråk External link. (Regeringen)
- Rätten att utveckla sitt nationella minoritetsspråk External link. (Skolverket)
- Nationella minoriteter och minoritetsspråk External link. (Länsstyrelsen i Stockholms län)
קאָנטאַקט
דער שפּראַך־בעל־יועץ איז פֿאַראַנטװאָרטלעך פֿאַר ייִדישער שפּראַך־השגחה אין שוועדן, און דער שפּראַכצענטער אַרבעט כּדי צו מוטיקן צו ניצן ייִדיש איבערן גאַנצן לאַנד.
פֿאַרבינדט זיך מיטן שפּראַכצענטער פֿאַר ייִדיש