ייִדיש
שפּראַכצענטער און שפּראַך־השגחה פֿאַר ייִדיש
זײַט מוחל פֿאַרן באַלאַגאַן, מיר האַלטן אין בויען דאָס וועבזײַטל.
דער מענטש טראַכט און גאָט לאַכט.
ברוכים־הבאָים צו די נײַע וועב־זײַטלעך פֿאַר ייִדיש! מיר האַלטן נאָך אַלץ אין אַנטוויקלען די זײַטלעך. דאָס הייסט, אַז אַלץ איז נאָך נישט פֿאַראַן, און אַז דער אינהאַלט און די קעפּלעך קענען זיך בײַטן.
צי האָט איר עצות פֿאַר פֿאַרבעסערונגען? לאָזט אונדז גערן וויסן!
קאַלענדאַר
דעם 16טן אָקטאָבער, 9 ביז 12 אַ״ז עצה־האַלטונג מיט שפּראַך־טרעגער פֿון ייִדיש, אָרג׳: איסאָף.
דעם 10טן נאָװעמבער אַ שפּראַכטעכנאָלאָגישער סעמינאַר פֿאַר ייִדיש, אָרג׳: ייִדישער שפּראַכצענטער, איסאָף.
דעם 20טן ביזן 22טן נאָװעמבער קאָנפֿערענץ Perspektiv på revitalisering av minoritetsspråk External link. אָרג׳: ייִדישער שפּראַכצענטער, איסאָף און סעדערטערן הויכשולע.
שפּראַכצענטער און שפּראַך־השגחה
דער אינסטיטוט פֿאַר שפּראַך און פֿאָלקלאָר פֿאַרנעמט זיך מיט ייִדישער שפּראַך־רעוויטאַליזאַציע און שפּראַך־השגחה. בײַם שפּראַכצענטער אַרבעטן מיר כּדי צו געבן שפּראַכטרעגערס איבערן גאַנצן לאַנד די געלעגנהייט אָנצוהאַלטן, צוריקצונעמען און צו אַנטוויקלען זייער שפּראַך. דער שפּראַך־בעל־יועץ איז פֿאַראַנטװאָרטלעך פֿאַר דער אָפֿיציעלער ייִדישער שפּראַך־השגחה אין שוועדן.