ייִדיש פֿון א ביז ת

אַ פּראַקטישער סעמינאַר פֿאַר ייִדיש, דורך Zoom, דעם 10טן דעצעמבער פֿון 9 ביז 12 אַ''ז אין דער פֿרי.

די שפּראַך־השגחה און דער שפּראַך־צענטער פֿאַר ייִדיש אָרגאַניזירן אַ פּראַקטישן סעמינאַר פֿאַר מוטערשפּראַך־לערערס, טאַטע־מאַמעס אָדער קרובֿים און פֿרײַנד וואָס גיבן איבער קינדער און יוגנט די ייִדישע שפּראַך. אויף דעם אופֿן ווילן מיר געבן לערער און קרובֿים אַ מעגלעכקייט זיך צו באַקענען, אויסבײַטן דערפֿאַרונגען און שטיצן איינער דעם אַנדערן.

דער סעמינאַר וועט צום גרעסטן טייל זײַן אויפֿגעבויט אויף שמועסן צווישן די אָנטייל־נעמער אונטער דער אָנפֿירונג פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן. די אָנטייל־נעמער וועלן באַקומען אינספּיראַציע פֿון קאָנקרעטע משלים פֿון דער אַרבעט פֿון מוטערשפּראַך־לערער. לסוף וועט אליעזר ניבאָרסקי פֿאָרשטעלן אין אַ קורצן רעפֿעראַט אַ ריי מאַטעריאַלן און אַקטיוויטעטן צו שטיצן די שפּראַך־אַנטוויקלונג בײַ קינדער.

דער סעמינאַר וועט צום גרעסטן טייל זײַן אויף ייִדיש, אָבער אין די שמועסן וועלן זיך די אָנטייל־נעמער קענען באַניצן מיט שוועדיש אָדער ענגליש, טאָמער מען וועט זיך נייטיקן אין דעם. מיר מוטיקן אויך די וואָס לערנען זיך ייִדיש אָנטייל צו נעמען. אונדזער איינציקע פֿאָדערונג פֿון די אָנטייל־נעמער איז – אינטערעס און גרייטקייט אָנצונעמען אַז די פּרעזענטאַציעס און דיסקוסיעס וועלן געפֿירט ווערן דער עיקר אויף ייִדיש.

דער סעמינאַר וועט פֿאָרקומען דורך Zoom מיט אַ באַגרענעצטער צאָל אָנטייל־נעמער. אַ פּרטימדיקע פּראָגראַם וועט שפּעטער ווערן אַרויסגעשיקט צו די פֿאַרשריבענע. אַפּליקירט דורך jiddisch@isof.se. דערציילט בקיצור וועגן זיך און שיקט אונדז דרײַ פֿירלייגן פֿון פֿראַגעס אָדער ענינים וואָס וואָלטן לויט אײַער מיינונג געקענט זײַן אינטערעסאַנט פֿאַר דער פּראָגראַם. שרײַבט אונדז גערן צי איר וואָלט געוואָלט עפּעס פּרעזענטירן פֿאַרן עולם, למשל ווי אַזוי גענוי איר טוט כּדי צו מוטיקן אײַער קינדס אינטערעס פֿאַר ייִדיש, אָדער צי איר האָט עצות וועגן מאַטעריאַלן וואָס איר ניצט.

די לעצטע דאַטע פֿאַר דער אַפּליקאַציע איז דער 5טער דעצעמבער!