נײַעס־בלעטל 5 שפּראַך־צענטערס

אין 2022 וועט דער אינסטיטוט פֿאַר שפּראַך און פֿאָלקלאָר (ISOF) אויפֿשטעלן נאַציאָנאַלע שפּראַך־צענטערס פֿאַר די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן פֿיניש, ייִדיש, מעאַנקיעלי און ראָמאַני־טשיב.

אָנהײבנדיק סעפּטעמבער זענען די מיטאַרבעטערס פֿאַראַן אין די שפּראַך־צענטערס און מיר וועלן אַרבעטן מיט דעם אויפֿבויען פֿון אַן אַלגעמײנעם יסוד פֿאַר די פֿיר נאַציאָנאַלע שפּראַך־צענטערס.

אין האַרבסט איז אַחוץ דעם אונדזער ערשטע פּריאָריטעט זיך צוצוהערן צו די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן און אין באַטראַכט נעמען זײערע דערוואַרטונגען פֿון די שפּראַך־צענטערס.

בשותּפֿותדיקע אַרײַנפֿיר־טעג

מיר זענען אין אַן אינטענסיװער פֿאַזע אין וועלכער מיר בויען אַן אַלגעמײנעם קאָמפּעטענץ־יסוד פֿאַר אונדזער אויפֿגאַבע. דאָס געשעט דורך קאָמפּעטענץ־אַנטוויקלונג און אױסבילדונג אַרײַננעמענדיק עטלעכע רעפֿעראַטן וועגן פֿאַרשײדענע אַספּעקטן פֿון שפּראַך־רעוויטאַליזאַציע.

אין סעפּטעמבער האָט צווישן אַנדערע לענאַרט ראָדין געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דער אַנטװיקלונג פֿון דער נאַציאָנאַלער מינאָריטעט־פּאָליטיק. לענאַ הוס האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן שפּראַך־רעוויטאַליזאַציע און פֿריִערדיקע דערפֿאַרונגען. קײַסאַ סיריענען שאַל האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דער געשיכטע פֿון די נאַציאָנאַלע שפּראַך־צענטערס, און יאַרמאָ לאַיניאָ האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דעם אײראָפּע־ראַט און זײער רעװיזיע פֿון דער שוועדישער מינאָריטעט־פּּאָליטיק. דער נײַער עקספּערט פֿאַר שפּראַך־רעוויטאַליזאַציע בײַם אינסטיטוט פֿאַר שפּראַך און פֿאָלקלאָר, סאַרי פּעסאָנען, האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן פֿאַקטאָרן וואָס באַווירקן דעם כּוח פֿון אַ שפּראַך. די שפּראַך־פּאָליטישע אַנאַליטיקערין יעני ספּעץ האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן די פֿאַרשיידענע אויפֿגאַבן פֿון דעם אינסטיטוט פֿאַר שפּראַך און פֿאָלקלאָר אײדער דער גרינדונג פֿון די שפּראַך־צענטערס.

זיצונגען מיט די אָנפֿיר־קאָמיטעטן

יעדער שפּראַך־צענטער האָט אַן אָנפֿיר־קאָמיטעט וואָס פֿירט און העלפֿט די שפּראַך־צענטערס אין דער אַרבעט. אַלע אָנפֿיר־קאָמיטעטן האָבן געהאַט אַ זיצונג אין פֿרילינג און אַ ווײַטערדיקע זיצונג אין אויגוסט. די אָנפֿיר־קאָמיטעטן וועלן זיך באַטײליקן אַקטיוו אין דעם אױפֿשטעלן און אַנטוויקלן פֿון די שפּראַך־צענטערס.

נײַע אָנפֿירערין פֿאַר די שפּראַך־צענטערס

די פֿיר שפּראַך־צענטערס געפֿינען זיך אין דעם נײַעם אָפּטײל פֿאַר נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן און דעם שוועדישן שטום־לשון. דער אָפּטײל, וואָס ווערט אָנגעפֿירט פֿון האַריעט קאָוואַלסקין, איז אָפּגעטיילט אין צווײ אײנהײטן: אַן אײנהײט פֿאַר שפּראַך־אויפֿזעערס און אַן איינהײט פֿאַר שפּראַך־צענטערס. אין דער זומער האָט אַנאַ געזעליוס אויף זיך גענומען די שטעלע ווי אָנפֿירערין פֿאַר דער אײנהײט פֿאַר שפּראַך־אופֿזעערס, און עלינאַ מאַיאַקעאַרי האָט באַקומען די שטעלע ווי אָנפֿירערין פֿאַר די שפּראַך־צענטערס, אָנהײבנדיק דעם האַרבסט.

אָט געפֿינען זיך די נאַציאָנאַלע שפּראַך־צענטערס

די אַרבעט מיט דעם רעקרוטירן פֿון פּערסאָנאַל און דעם צוגרײטן פֿון לאָקאַלן פֿאַר די נאַציאָנאַלע שפּראַך־צענטערס האָט זיך אַ גרױסן רוק געטאָן פֿאָרױס.

אָט קענט איר געפֿינען די שפּראַך־צענטערס און דערגרייכן זײערע מיטאַרבעטערס דורך בליץ־פּאָסט:

  • דער שפּראַך־צענטער פֿאַר פֿיניש אין אופּסאַלאַ

sprakcentrumfinska@isof.se

  • דער שפּראַך־צענטער פֿאַר מעאַנקיעלי אין עווערטאָרנעאָ
  • דער שפּראַך־צענטער פֿאַר מעאַנקיעלי אין קירונאַ

sprakcentrummeankieli@isof.se

  • דער שפּראַך־צענטער פֿאַר ראָמאַני-טשיב אין שטאָקהאָלם

sprakcentrumromska@isof.se

  • דער שפּראַך־צענטער פֿאַר ייִדיש אין שטאָקהאָלם

sprakcentrumjiddisch@isof.se

כּסדרדיקער דיאַלאָג וועגן די שפּראַך־צענטערס

אין פֿאַרבינדונג מיטן אויפֿשטעלן פֿון די נאַציאָנאַלע שפּראַך־צענטערס איז עס געווען וויכטיק פֿאַר דעם אינסטיטוט פֿאַר שפּראַך און פֿאָלקלאָר צו פֿירן אַ דיאַלאָג מיט פֿאַרשײדענע אינטערעסן־⁠גרופּעס כּדי צו דיסקוטירן און זאַמלען פּערספּעקטיװן. אין אָט די דיאַלאָגן האָבן מיר באַקומען וויכטיקע געדאַנקען און רעיונ⁠ות וועגן דעם אױפֿשטעלן און דער אַרבעט פֿון די שפּראַך־צענטערס. אין האַרבסט וועלן מיר האַלטן אין אײן צוצוהערן זיך צו די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן און זײערע דערוואַרטונגען.

אײַער מיינונג איז וויכטיק

מיר שאַצן אָפּ אַל־דאָס אינטערעס און חשק וואָס האָט באַגלייט דעם אויפֿשטעלן פֿון די נאַציאָנאַלע שפּראַך־צענטערס. אויף אונדזער וועבזײַטל isof.se/sprakcentrum External link. קענט איר לייענען מער וועגן דער אַרבעט ביז אַהער, און אויב איר האָט פֿראַגעס אָדער באַמערקונגען, ביטע פֿאַרבינדט זיך מיט אונדז דורך sprakcentrum@isof.se !

האַריעט קאָוואַלסקי, דירעקטאָרשע פֿאַר נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַך און דעם שוועדישן שטום-לשון, און עלינאַ מאַיאַקאַרי, אָנפֿירערין פֿון די שפּראַך־צענטערס בײַם אינסטיטוט פֿאַר שפּראַך און פֿאָלקלאָר