נײַעס־בלעטל 3 שפּראַך־צענטערס

אין 2022 וועט ISOF אײַנאָרדענען נאַציאָנאַלע שפּראַך־צענטערס פֿאַר די מינאָריטעט־שפּראַכן פֿיניש, ייִדיש, meänkieli און ראָמאַני–טשיב, און איר קענט לייענען וועגן די פֿאָרשריט פֿון דער אַרבער אינעם נײַעס־בלעטל. דורכאויס אַפּריל און מײַ איז דער ציל געווען צו קאָנסטיטוירן אָנפֿיר־קאָמיטעטן און אָנצושטעלן נײַע אַרבעטער בײַ די שפּראַך־צענטערס.

די אָנפֿיר־קאָמיטעטן פֿון די שפּראַך־צענטערס זענען גרייט

די רעפּרעזענטאַציע פֿון מיטגלידער אין די אָנפֿיר־קאָמיטעטן פֿון די שפּראַך־צענטערס איז איצט באַשלאָסן. די אָנפֿיר־קאָמיטעטן וועלן דינען ווי עקספּערט־גרופּעס וואָס פֿירן און העלפֿן די שפּראַך־צענטערס אין דער אַרבעט. דער ייִדישער אָנפֿיר־קאָמיטעט האָט געהאַלטן די ערשטע זיצונג און די אַנדערע אָנפֿיר־קאָמיטעטן וועלן אויך האַלטן די ערשטע זיצונגען אין מײַ.

יעדער אָנפֿיר־קאָמיטעט באַשטייט פֿון אומגעפֿער פֿינף ביז זעקס מיטגלידער וואָס פאַרטרעטן די שפּראַך־באַנוצערס. זיי ווערן באַשטימט פֿאַר אַ מאַנדאַטפּעריאָדע פֿון דרײַ יאָר און קענען צום מערסטנס דינען צוויי מאַנדאַטפּעריאָדן. ערבֿ די קאָנסטיטוציע פֿון די אָנפֿיר־קאָמיטעטן זענען די פֿעיִקקייטן און פֿליכטן פֿון די מיטגלידער דיסקוטירט געוואָרן אין באַראַטונג מיט די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן. דער אויסוואַל־פּראָצעדור האָט אַריינגענומען אין חשבון פֿארשיידענע פֿעיִקקייטן און עקספּערטיזן, אַזוי ווי דערפֿאַרונג פֿון יורידיק, פּעדאַגאָגיק און שפּראַך־רעוויטאַליזאַציע, ווי אויך דעם נאָמינירטנס פֿאַרבינדונג מיט איינער פֿון די אוניווערזיטעטן וואָס זענען פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר די שפּראַכן, באַלאַנס צווישן די מינים און געאָגרפֿישער צעשפּרייטונג.

איר קענט לייענען מער וועגן די פֿליכטן פֿון די אָנפֿיר־קאָמיטעטן און ווער די מיטגלידער זענען:

https://www.isof.se/vart-uppdrag/isofs-regeringsuppdrag/sprakcentrum-for-nationella-minoritetssprak/nationella-sprakcentrum/nyhetsbrev-sprakcentrum/nyheter-sprakcentrum/2022-04-29-klart-med-styrgrupper-till-sprakcentrum

מיר פֿאָרזעצן אָנשטעלן נײַע אַרבעטער

מיר טוען ווײַטער אינטערוויוּירן קאַנדידאַטן פֿאַר די שטעלעס פֿון אַדמיניסטראַטאָרן און שפּראַך־שטיצער בײַם שפּראַך־צענטער. דער צײַט צו אַפּליקירן האָט זיך געענדיקט, מיט אויסנאַם פֿון די שטעלע ווי שפּראַך־שטיצער אין meänkieli אין Kiruna, וואָס דויערט ביזן 20סטן מײַ. אין צוגאָב, שטעלן מיר אָן אַ נאַטשאַלניק בײַ דער איינהייט פֿאַר די נאַציאָנאַלע שפּראַך־צענטערס און אַ נאַטשאַלניק בײַ דער איינהייט פֿאַר די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן און דעם שוועדישן שטום־לשון וואָס וועלן אַרבעט בײַ דער נײַער אָפּטיילונג וואָס ספּעציאַליזירט זיך אין די שפּראַכן און קולטורן פֿון די נאַציאָנאַלע מינדערהייטן.

Isof באַזוכט Kiruna

דעם 4טן ביזן 5טן מײַ האָט Isof באַזוכט Kiruna אָנצוהייבן די צוזאַמענאַרבעט מיט דער היגער קאָמונע און דעם סאַמישן פּאַרלאַמענט און צו אינספּעקטירן דעם אָרט וווּ דער שפּראַך־צענטער פֿאַר meänkieli וועט זיך געפֿינען אין Kiruna. אין דיאַלאָג מיטן סאַמישן פּאַרלאַמענט האָבן מיר אָנגעהויבן, צווישן אַנדערע זאַכן, די פּלאַנירונג פֿון דער אַרבעט צו אַנטוויקלען אינדיקאַטאָרן צו באַאָבאַכטן די אַנטוויקלונג פֿון די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן.

אײַער מיינונג איז וויכטיק

מיר אָנערקענען די הויכע מאָס פֿון איבערגעבנקייט און אינטערעסע אין דער אײַנאָרדענונג פֿון נאַציאָנאַלע שפּראַך־צענטערס, און דורך די דיסקוסיעס און באַמערקונגען איז געבראַכט געוואָרן וויכטיקע קאָמענטאַרן און עצות פֿאַרן אָנגייענדיקע פּלאַניר־פּראָצעס. דאָס קומענדיקע נײַעס־בלעטל וועט ארויסגיין אין יוני.

אויף אונדזער וועב־זײַטל isof.se/sprakcentrum קענט איר לייענען וועגן די פֿאָרשריט פֿון דער אַרבעט און אויב איר האָט סײַ וועלכע פֿראַגעס אָדער קאָמענטאַרן וועגן אונדזער אַרבעט אויפֿצובויען די שפּראַך־צענטערס, ביטע קאָנטאַקירט זיך מיט אונדז דורך sprakcentrum@isof.se!

/Ann Heimer, פּראָיעקטפֿירערין פֿאַר דער אַרבעט מיט די שפּראַך־צענטערס בײַ Isof