ייִדישער אָנפֿיר־קאָמיטעט

אין מערץ קענט איר ווי אַ יחיד אָדער אײַער אָרגאַניזאַציע נאָמינירן קאַנדידאטן פֿאַרן אָנפֿיר­־קאָמיטעט וואָס וועט ווערן אײַנגעאָרדנט פֿאַרן ייִדישן שפּראַך־צענטער.

ISOF וועט אויפֿשטעלן אַ אָנפֿיר­־קאָמיטעט פֿאַר יעדן פֿון די נאַציאָנאַלע שפּראַך־צענטערס. די ראָלע פֿונעם אָנפֿיר­־קאָמיטעט וועט זײַן צו קאָנטראָלירן די אַרבעט פֿונעם אינסטיטוט אויפֿשטעלנדעק די אַקטיוויטעטן און צו געבן הילף און עצות אין דער אַרבעט, ווי אויך אינעם טאָג־צו־טאָג לויפֿן פֿון די אַקטיוויטעטן.

איצט קענט איר אָדער די אָרגאַניזאַציע איר געהערט נאָמינירן קאַנדידאַטן פֿאַרן אָנפֿיר­־קאָמיטעט. אינעם בלעטל טוען מיר באַשרײַבן ווי אַזוי דאָס טוט אַרבעטן און וואָס דער אָנפֿיר­־קאָמיטעטן איז געפֿאָדערט צו טאָן. איר קענט נאָמינירן אַ פּערזאָן דורך אויספֿילן דעם פֿאָרמולאַר אינעם בלאַט.

לעצטע דאַטע פֿאַר נאָמינאַציעס: 31טן מערץ 2022.

נאָמינירט צום ייִדישן אָנפֿיר­־קאָמיטעט

נאָמינירט צום ייִדישן אָנפֿיר­־קאָמיטעט

פֿרעגט דעם פּערזאָן ערשט

עס איז וויכטיק אַז ווען איר נאָמינירט אַ פּערזאָן, טוט איר אים ערשט פֿרעגן אויב ער איז צושטימיק צו דער נאָמינאַציע, אזוי ווי איר וועט שיקן אינפֿאָרמאַציע וועגן זיי. איר קענט לייענען וועגן ווי אַזוי מיר פּראָצעסירן אײַערע פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע דאָ.

וואָס זאָל די אָנפֿיר­־קאָמיטעט טאָן?

די ראָלע פֿונעם אָנפֿיר­־קאָמיטעט איידער דער גרינדונג פֿונעם שפּראַך־צענטער וועט זײַן צו קאָנטראָלירן די אַרבעט פֿון ISOF אויפֿבויענדיק די אַקטיוויטעטן און צו געבן הילף און עצות אין דער אַרבעט. איינמאָל די שפּראַך־צענטערס ווערן אויפֿגעשטעלטע, טוט די אָנפֿיר­־קאָמיטעט זיך טרעפֿן מיטן שטאַב פֿון ISOF בערך פֿיר מאָל אַ יאָר. די זיצונגען וועלן געוויינטלעך זײַן דיגיטאַלע, אָבער רײַזעס קענען אויך פֿאָרקומען. די פֿליכטן פֿונעם אָנפֿיר­־קאָמיטעט זײַנען די פֿאָלגנדיקע:

  • צושטעלן הילף און עצות פֿאַר ISOF אין דער אויפֿשטעלונג פֿון נאַציאָנאַלע שפּראַך־צענטערס 2022
  • צושטעלן הילף און עצות פֿאַר ISOF נאָך דער גרינדונג אין דער אַרבעט בײַ די שפּראַך־צענטערס
  • העלפֿן פריאָרירטין אַקטיוויטעטן יערלעך, באַזירט אויף די באַדערפֿענישן פֿון יעדער שפּראַך
  • צוגעבן שפּראַך־ און קולטור־פֿעיִקייטן
  • צוגעבן זייער נעץ פֿון קאָנטאַקטן און טרעפֿן צוגעפּאַסטע צוזאַמענאַרבעט מיט ציווילע געזעלשאַפֿטלעכע פֿאַרטרעטער, אָרגאַניזאַציעס און אַנדערע
  • אויסדרוקן מעגלעכע באַמערקונגען פֿאַר פֿאַרבעסערונג און ווײַטערדיקע אַנטוויקלונג פֿון די אַקטיוויטעטן בײַם שפּראַך־צענטער אויף אַ יערלעכער באַזע.

קען דער אָנפֿיר­־קאָמיטעט זיך טרעפֿן אָן די אַרײַנמישונג פֿון ISOF?

יאָ. איידער יעדער זיצונג מיט דער נאַטשאַלסטווע פֿונעם שפּראַך־צענטער וועט מען האַלטן אַ פֿאָר־זיצונג מיט נאָר מיטגלידער פֿונעם אָנפֿיר­־קאָמיטעט אָנוועזנדיק.

באַקומען מיטגלידער פֿונעם אָנפֿיר­־קאָמיטעט באַצאָלט?

יא. די מיטגלידער פֿונעם אָנפֿיר­־קאָמיטעט באַקומען אַ סכום פֿאַר די זיצונגען אויף וועלכע זיי ווערן גערופֿן, אָבער נישט פֿאַר די פֿאָר־זיצונגען. ISOF באַצאָלט פֿאַר רײַזעס און וווינונג וווּ די זיצונגען קומען פֿאָר.

ווי לאַנג טוט מען דינען ווי אַ מיטגליד פֿונעם אָנפֿיר­־קאָמיטעט?

די צאָל מיטגלידער וועט זײַן פֿון פֿינף צו זיבן. אַ מיטגליד ווערט אָגענומען אויף דרײַ יאָר, און קען ווידער אָנגענומען ווערן אויף אַ צווייטער פּעריאָדע. דאָס הייסט, אַז צום מערנסטנס דינט מען זעקס יאָר.

ווער באַשליסט ווער עס זאָל דינען אינעם אָנפֿיר­־קאָמיטעט נאָך דער נאָמינאַציע?

דער גענעראַל־דירעקטאָר פֿון ISOF טוט באַשליסן ווער עס זאָל דינען אינעם אָנפֿיר­־קאָמיטעט ווען די נאָמינאַציע האָט זיך געענדיקט און די דאָקומענטאַציע איז צונויפֿגעשטעלט. דער אָנפֿיר­־קאָמיטעט זאָל האָבן אַ ברייטע רעפּרעזענטאַציע פֿון פֿאַרשיידענע עלטער, מינים און געאָגראַפֿישע הינטערגרונטן. די מיטגלידער זאָלן האָבן אַנדערע פֿעיִקייטן ווי שפּראַך, פּעדאַגאָגיק, קאָמוניקאַציע, דערפֿאַרונג פֿון אַרבעטן מיט פֿאַרבעסערונג און זאָלן האָבן אַ ברייטע נעץ פֿון קאָנטאַקטן.

וועמען קען איך נאָמינירן?

איר קענט נאָמינירן מענטשן וואָס קענען צוגעבן וויסנשאַפֿט צו דער אַרבעט פֿונעם שפּראַך־צענטער. איר קענט מעלדן אײַער אייגענע אינטערעסע דורך נאָמינירן זיך אַליין.
אַרבעטער וואָס טוען שוין אַרבעטן בײַ ISOF קענען נישט ווערן נאָמינירט. אויב אַ פּערזאָן וואָס איז אויסגעוויילט צום אָנפֿיר­־קאָמיטעט זוכט און באַקומט אַ שטעלע בײַם שפּראַך־צענטער אָדער אַן אַנדער אָפּטייל בײַ ISOF, קענט ער מער נישט דינען אַלץ מיטגליד פֿונעם אָנפֿיר­־קאָמיטעט.

ווי אַזוי טו איך נאָמינירן און וויפֿל קען איך נאָמינירן?

ביטע נוצט דעם פֿאָרמולאַר אויפֿן וועבזײַטל און פֿילט אויס די אינפֿאָרמאַציע נייטיק פֿאַר ISOF אויסצוּוויילן מיטגלידער פֿאַרן אָנפֿיר­־קאָמיטעט. איר קענט נאָמינירן מער ווי איין פּערזאָן, אָבער, זײַט אַזוי גוט, נאָמינירט אי פֿרויען און מענער.

קאָנטאַקט

sprakcentrum@isof.se