אַרבעטן בײַם שפּראַך־צענטער

צי רעדט איר ייִדיש און האָט דערפֿאַרונג פֿון שפּראַך־רעוויטאַליזאַציע? מיר זוכן אַרבעטער וואָס וועלן העלפֿן שטיצן די שפּראַך און אַנטוויקלען די אַקטיוויטעטן בײַם נײַעם נאַציאָנאַלן שפּראַך־צענטער פֿאַר ייִדיש.

די נאַציאָנאַלע שפּראַך־צענטערס וועלן זײַן אַ טייל פֿון אַ נײַער אָפּטיילונג בײַ Isof וואָס וועט זײַן ספּעציאַליזירט אין די שפּראַכן און קולטורן פֿון די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן. די אָפּטיילונג וועט באַשטייט פֿון צוויי איינהייטן: אַן איינהייט פֿאַר שפּראַך־באַדינונג און אַן איינהייט וואָס וועט באַשטייט פֿון די פֿיר נאַציאָנאַלע שפּראַך־צענטערס.

פֿאַרן ייִדישן שפּראַך־צענטער זוכן מיר איצט צוויי שפּראַך־שטיצערס און אַן אַדמיניסטראַטאָר וואָס וועט אויך אַרבעטן מיט די שפּראַך־שטיצערס. אונטן קענט איר לייענען וועגן און זיך אײַנגעבן פֿאַר שטעלעס.

שפּראַך־שטיצערס פֿאַר ייִדיש

דער אינסטיטוט פֿאַר שפּראַכן און פֿאלקלאָר (Isof) אָרגאַניזירט אַ נאַציאָנאַלן שפּראַך־צענטער פֿאַר ייִדיש אין שטאָקהאָלם, און מיר זוכן אײַך צו העלפֿן מוטיקן דאָס באַנוץ פֿון דער שפּראַך!

פֿליכטן

איר וועט באַראַטן, אידענטיפֿיצירן און דערפֿילן פֿאַרשיידענע געברויכן פֿאַר שפּראַך־רעוויטאַליזאַציע פֿון ייִדיש דורכן זאַמלען און מיטטיילן זיך פֿון גוטע דערפֿאַרונגען, אזוי ווי שפּראַך־בעדער, מענטאָרשאַפֿט, אַרבעטן מיט שפּראַך־גרענעצן און מעטאָדן. איר וועט פּלאַנירן און אַרײַנפֿירן פֿאַרשיידענע אַקטיוויטעטן, מאַכן מאַטריאַלן און אָנטיילנעמען אין אינערלעכע און אויסערלעכע צוזאַמענקונפֿטן סײַ אין פֿיזישער און סײַ דיגיטאַלער פֿאָרמע, ווי אויך צעטיילן אינפֿאָרמאַציע דורך סאָציאַלער מעדיע און טאָן קלנערע איבערזעצונגען. אין דער ראָלע וועט איר אַרבעטן מיט דער שפּראַך־באַדינונג בײַ Isof, מיטגלידער פֿונעם אָנפֿיר־קאָמיטעט, אַנדערע אויטאָריטעטן, קאָמונעס, ראַיאָנען און אָרגאַניזאַציעס.

אײַער הינטערגרונט

מיר זוכן עמעצער וואָס האָט אַ באַקאַלאַווראַט אָדער וואָס דער אינסטיטוט באַטראַכט אַלץ גלײַכווערטיק. די שטעלע פֿאַרלאַנגט אַז איר זאָלט האָבן דערפֿאַרונג פֿון שפּראַך־רעוויטאַליזאַציע. מיר פֿאָרויסזעצן אַז איר קענט סײַ ייִדיש און סײַ שוועדיש, סײַ שריפֿטלעך און סײַ בעל־פּה, און אַז איר קענט ניצן אַ קאָמפּיוטער.

אַן אַקאַדעמישע קוואַליפֿיקאַציע אין ייִדיש, קענטענישן און דערפֿאַרונג פֿון עפֿנטלעכער אַדמיניסטראַציע און קאָמוניקאַציע זענען אויך זחותן, ווי אויך דערפֿאַרונג פֿון אַרבעט מיט פֿראַגעס אין פֿאַרבינדונג מיט נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן און מינאָריטעט־שפּראַכן אָדער מיט מענטשן־רעכט. מעריטירנדיק איז אויך פּעדאַגאָגישע דערפֿאַרונג, אזוי ווי מוטערשפּראַכדערציִונג אָדער קורסן.

אײַערע אייגענשאַפֿטן

איר זענט פֿאָקוסירט אויף רעזולטאַטן און הייבט אָן אַקטיוויטעטן צו דערגרייכן זיי. איר אַרבעט סײַ אומאָפּהענגיק און סײַ אינאיינעם מיט אַנדערע אויף אַ פֿאַראַנטוואָרטלעכן און בייגזאַמען אופֿן. די שטעלע פּאַסט פֿאַר מענטשן וואָס קענען אויפֿבויען באַציִונגען און וואָס האָבן אַ פּעדאַגאָגישע פֿעיִקייטן, דאָס הייסט, צו פֿאַרשטיין די פֿארשיידענע וועגן דורך וועלכע מענטשן זאַפּן אײַן קענטענישן און ווי אַזוי דאָס צו דערגרייכן. פֿאַר דער שטעלע, לייגן מיר ספּעציעלע געוויכט אויף פּערזענלעכע אייגענשאַפֿטן.

וועגן Isof

Isof איז אַ מלוכישער אויטאָריטעט וואָס זאַמלט, אָרגאַניזירט און צעשפּרייט קענטעניש וועגן שפּראַך און קולטור אינעם פֿילשפּראַכיקן לאַנד שוועדן. מיר זענען צוטריטלעך פֿאַר יעדן און דינען ווי אַ רעסורס פֿאַר אַ סך פּראָפֿעסיאָנאַליסטן, פֿאַראײַנען און אָרגאַניזאַציעס. מיר באַדינען די רעגירונג מיט אינפֿאָרמאַציע און צושטעלן שטיצע פֿאַר אַנדערע מלוכישע אויטאָריטעטן. לייענט מער אויף אונדזער וועבזײַטל isof.se/mission!

וועגן די אויפֿשטעלונג פֿון נאַציאָנאַלע שפּראַך־צענטערס

Isof איז באַאויפֿטראַגט געוואָרן דורך דער רעגירונג אויפֿצושטעלן שפּראַך־צענטערס פֿאַר די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן פֿיניש, ייִדיש, meänkieli און ראָמאַני טשיב. נאַציאָנאַלע שפּראַך־צענטערס וועלן געבן שפּראַך־באַנוצערס איבערן לאַנד די געלעגנהייט צו אָנצוהאַלטן, צוריקצונעמען און צו אַנטוויקלען זייער שפּראַך - כּדי די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן זאָלן קענען ווײַטער לעבן אין שוועדן.

אין פֿרילינג פֿון 2022 ,זוכן מיר אַ סך נײַע אַרבעטער צו העלפֿן שטיצן שפּראַכן און אַנטוויקלען די אַקטיוויטעטן בײַ די נאַציאָנאַלע שפּראַך־צענטערס. לייענט מער וועגן איצטיקע און קומענדיקע שטעלעס אויף isof.se/jobbapasprakcentrum

איבעריקס

אָרט: די אָפּטיילונג פֿאַר שפּראַכן און קולטור פֿון נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן, שטאָקהאָלם. פֿעסטע פֿולצײַטיקע שטעלע. דאַטע פֿון צוטריט לויט אָפּמאַך.

צי זענט איר פֿאַרינטערעסירט?

ביטע שיקט אַרײַן אײַער אַפּליקאַציע אין פֿאָרעם פֿון אַ רשימה פֿון פֿריִערדיקע שטעלעס, מעריטן, אויסבילדונגען און אַ פּערזענלעכן בריוו. איר מוזט אַרײַנשיקן די אַפּליקאַציע ערבֿ דעם 20סטן אַפּריל 2022. אײַער רשימה זאָל קלאָר אויסדריקן דעם יאָר און מאָנאַט פֿון יעדער שטעלע און אַ קורצע באַשרײַבונג פֿון די פֿליכטן. איר קענט אויך בײַלייגן רעלעוואַנטע דאָקומענטאַציע וואָס באַשטעטיקט אײַער דערפֿאַרונג און דיפּלאָם. קליקט אויפֿן קנעפּל אונטן צו דערגרייכן דעם אַנאָנס וווּ איר קענט מעלדן אינטערעס פֿאַר דער שטעלע.

שפּראַך־שטיצערפֿון ייִדיש און אַדמיניסטראַטאָר

דער אינסטיטוט פֿאַר שפּראַכן און פֿאָלקלאָר (Isof) אָרגאַניזירט אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך־צענטער פֿאַר ייִדיש אין שטאָקהאָלם, און מיר זוכן אײַך צו קאָאָרדינירן און פֿאַרוואַלטן די טעגלעכע אַקטיוויטעטן!

פֿליכטן

איר וועט פֿאַרוואַלטן און קאָאָרדינירן די אַרבעט פֿון אייער בײַם שפּראַך־צענטער און קאָאָרדינירן קאָנטאַקטן צווישן אַנדערע שפּראַך־צענטערס און דער שפּראַך־באַדינונג. איר וועט צוזאַמענאַרבעטן מיט אַנדערע אויטאָריטעטן, קאָמונעס, רײַאָנען און אָרגאַניזאַציעס. ווי פֿירטרעגער פֿאַרן אָנפֿיר־קאָמיטעט וועט איר צוגרייטן דאָקומענטן פֿאַר די זיצונגען פֿונעם קאָמיטעט און פֿאַרוואַלטן די אַקטיוויטעטן פֿונעם שפּראַך־צענטער מיט דער שטיצע פֿון די פּריאָריטאַציעס פֿונעם אָנפֿיר־קאָמיטעט. איר וועט אַקטיוו אָנטיילנעמען אין דער פּלאַנירונג און אַנטוויקלונג פֿון דער איינהייט און זײַן פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר אַנאַליזירן פֿאַקטן, צונויפֿשטעלן און שרײַבן באַריכטן וועגן דעם פֿעלד פֿון טעטיקייט.

אינאיינעם מיט דער גרופּע וועט איר אידענטיפֿיצירן און אַדרעסירן פֿאַרשיידענע באַדערפֿענישן פֿאַר שפּראַך־רעוויטאַליזאַציע פֿון ייִדיש דורכן זאַמלען און מיטטיילן זיך פֿון גוטע דערפֿאַרונגען, אזוי ווי שפּראַך־בעדער, מענטאָרשאַפֿט, אַרבעט מיט שפּראַך־גרענעצן און מעטאָדיק. איר און אײַער גרופּע וועלן פּלאַנירן און ארײַנפֿירן פֿאַרשיידענע אַקטיוויטעטן, מאַכן מאַטעריאַלן און אָנטיילנעמען אין אינערלעכע און דרויסנדיקע צוזאַמענקונפֿטן סײַ אין פֿיזישער און סײַ אין דיגיטאַלער פֿאָרמע, ווי אויך צעטיילן אינפֿאָרמאַציע דורך סאָציאַלער מעדיע און טאָן קליינע איבערזעצונגען. די שטעלע נעמט ארײַן געבן ראַט אויף אײַער געביט פֿון עקספּערטיז און מיטאַרבעטן מיט פֿיל מענטשן און איינהייטן.

אײַער הינטערגרונט

מיר זוכן מענטשן וואָס האָבן אַ באַקאַלאַווראַט אָדער עפּעס וואָס דער אינסטיטוט רעכנט ווי גלײַכווערטיק. די שטעלע פֿאַרלאַנגט אַז איר זאָלט האָבן דערפֿאַרונג פֿון פֿאַרוואַלטונג און שפּראַך־רעוויטאַליזאַציע. מיט פֿאָרויסזעצן אַז איר קענט סײַ ייִדיש און סײַ שוועדיש, סײַ שריפֿטלעך און סײַ בעל־פּה, און אַז איר קענט אַרבעטן מיט אַ קאָמפּיוטער.

אַן אַקאַדעמישע קוואַליפֿיקאַציע אין ייִדיש, און קענטעניש און דערפֿאַרונג פֿון עפֿנטלעכע אַדמיניסטראַציע און קאָמוניקאַציע זענען זחותן, ווי אויך דערפֿאַרונג פֿון אַרבעט אין פֿאַרבינדונג מיט פֿראַגעס פֿון נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן און מינאָריטעט־שפּראַכן אָדער אַן אַקטיווע אינטערעסע אין מענטשן־רעכט. מיר קוקן אויך מיט אַ גוטן בליק אויף פּעדאַגאָגישער דערפֿאַרונג, אזוי ווי מוטערשפּראַכדערציִונג אָדער קורסן.

אײַערע אייגנשאַפֿטן

איר זענט פֿאָקוסירט אויף רעזולטאַטן און אַנאַליזירנדיק, אָנהייבנדיק אַקטיוויטעטן וווּ איר קענט אָפּשאַצן וואָס וועט פּראָדוצירן די געוווּנטשענע רעזולטאַטן. איר האָט די פֿעיִקייט צו שאַפֿן און אַרבעטן אין פֿאַרשיידענע צוזאַמענאַרבעטנדיקע גרופּעס און איר האָט אַ פּעדאַגאָגישע פֿעיִקייט, דאָס הייסט, צו פֿאַרשטיין די פֿארשיידענע וועגן דורך וועלכע מענטשן זאַפּן אײַן קענטענישן און ווי אַזוי דאָס צו דערגרייכן. פֿאַר דער שטעלע, לייגן מיר ספּעציעלע געוויכט אויף פּערזענלעכע אייגענשאַפֿטן.

וועגן Isof

Isof איז אַ מלוכישער אויטאָריטעט וואָס זאַמלט, אָרגאַניזירט און צעשפּרייט קענטעניש וועגן שפּראַך און קולטור אינעם פֿילשפּראַכיקן לאַנד שוועדן. מיר זענען צוטריטלעך פֿאַר יעדן און דינען ווי אַ רעסורס פֿאַר אַ סך פּראָפֿעסיאָנאַליסטן, פֿאַראײַנען און אָרגאַניזאַציעס. מיר באַדינען די רעגירונג מיט אינפֿאָרמאַציע און צושטעלן שטיצע פֿאַר אַנדערע מלוכישע אויטאָריטעטן. לייענט מער אויף אונדזער וועבזײַטל isof.se/mission!

וועגן די אויפֿשטעלונג פֿון נאַציאָנאַלע שפּראַך־צענטערס
Isof איז באַאויפֿטראַגט געוואָרן דורך דער רעגירונג אויפֿצושטעלן שפּראַך־צענטערס פֿאַר די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן פֿיניש, ייִדיש, meänkieli און ראָמאַני טשיב. נאַציאָנאַלע שפּראַך־צענטערס וועלן געבן שפּראַך־באַנוצערס איבערן לאַנד די געלעגנהייט צו אָנצוהאַלטן, צוריקצונעמען און צו אַנטוויקלען זייער שפּראַך - כּדי די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן זאָלן קענען ווײַטער לעבן אין שוועדן.

אין פֿרילינג פֿון 2022 ,זוכן מיר אַ סך נײַע אַרבעטער צו העלפֿן שטיצן שפּראַכן און אַנטוויקלען די אַקטיוויטעטן בײַ די נאַציאָנאַלע שפּראַך־צענטערס. לייענט מער וועגן איצטיקע און קומענדיקע שטעלעס אויף isof.se/jobbapasprakcentrum

איבעריקס

אָרט: די אָפּטיילונג פֿאַר שפּראַכן און קולטור פֿון נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן, שטאָקהאָלם. פֿעסטע פֿולצײַטיקע שטעלע. דאַטע פֿון צוטריט לויט אָפּמאַך.

צי זענט איר פֿאַרינטערעסירט?

ביטע שיקט אַרײַן אײַער אַפּליקאַציע אין פֿאָרעם פֿון אַ רשימה פֿון פֿריִערדיקע שטעלעס, מעריטן, אויסבילדונגען און אַ פּערזענלעכן בריוו. איר מוזט אַרײַנשיקן די אַפּליקאַציע ערבֿ דעם 20סטן אַפּריל 2022. אײַער רשימה זאָל קלאָר אויסדריקן דעם יאָר און מאָנאַט פֿון יעדער שטעלע און אַ קורצע באַשרײַבונג פֿון די פֿליכטן. איר קענט אויך בײַלייגן רעלעוואַנטע דאָקומענטאַציע וואָס באַשטעטיקט אײַער דערפֿאַרונג און דיפּלאָם. קליקט אויפֿן קנעפּל אונטן צו דערגרייכן דעם אַנאָנס וווּ איר קענט מעלדן אינטערעס פֿאַר דער שטעלע.

Isof איז באַפֿוילן דורך דער רעגירונג אויפֿצושטעלן אַ שפּראַך־צענטער פֿאַר ייִדיש אַלץ אַ נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַך. דער שפּראַך־צענטער וועט געבן שפּראַך־באַנוצער דורכאויסן לאַנד די געלעגנהייט אָנצוהאַלטן, צוריקצובאַקומען און צו אַנטוויקלען ייִדיש - כּדי די שפּראַך זאָל קענען ווײַטער לעבן אין שוועדן. דער ייִדישער שפּראַך־צענטער וועט ליגן אין שטאָקהאָלם.