שפּראַך־השגחה
מיר זײַנען פֿאַראַנטװאָרטלעך פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך־השגחה אין שוועדן. מיר גיבן עצות און רעקאָמענדאַציעס, שאַפֿן ווערטער־רשימות און צעשפּרײטן קענטעניש וועגן דער שפּראַך און איר אַנטוויקלונג.
מיר גיבן עצות לגבי דער שפּראַך, און מיר זײַנען מדריך און גיבן רעקאָמענדאַציעס צו איבערזעצערס. אויף אונדזער וועבזײַטל איז אויך פֿאַראַן אַ דיגיטאַליש ייִדיש־שוועדיש־ייִדיש ווערטערבוך.