װעבינאַר: שמועס־סבֿיבֿות פֿאַר ייִדיש

די רעקאָרדירונג פֿון דעם װעבינאַר מיט דזשייק שנײַדער װעגן סטראַטעגיעס צו האָדעװען אַ בליִענדיקע ייִדיש־רעדנדיקע שמועס־סבֿיבֿה (אויף ענגליש).

װוּ קען איך רעדן אַ ייִדיש װאָרט מיט חבֿרים? די בערלינער שמועס־סבֿיבֿה „שמועס און װײַן“ האָט אײן מעגלעכן ענטפֿער. במשך פֿון צװײ יאָר האָט זיך די גרופּע געטראָפֿן שױן מער װי 60 מאָל אין שענקען, פּאַרקן, גאַלעריעס, ביר־גערטנער, וכּדומה, כּדי צו מאַכן אַ לחײם און שמועסן – אױסשליסלעך אױף ייִדיש. די גרופּע האָט שױן מער פֿון 100 מיטגלידער און האָט אינספּירירט ענלעכע פּראָיעקטן אין עטלעכע לענדער.

אינעם דאָזיקן װעבינאַר האָט דער קאָאָרדינאַטאָר דזשײק שנײַדער פֿאָרגעשטעלט דעם בערלינער בײַשפּיל און געגעבן עצות פֿאַר די װאָס װילן גרינדן אַזעלכע צונױפֿקומען אין זײערע אײגענע שטעט. דערנאָך האָט מען דיסקוטירט די מעגלעכקײטן פֿאַר טאָגטעגלעכן ייִדיש מחוץ די חסידישע קהילות.

װעגן דעם פֿילם

רעקאָרדירט: דעם 26טן אויגוסט 2024

אָרט: װעבינאַר אויף זום שמועס־סבֿיבֿות פֿאַר ייִדיש

אָרגאַניזאַטאָר: שפּראַכצענטער פֿאַר ייִדיש, איסאָף

פֿאָרלעזער: דזשײק שנײַדער, איבערזעצער, גרינדער פֿון דער שמועס־סבֿיבֿה „שמועס און װײַן“

שפּראַך: ענגליש

אונטערקעפּלע: יאָ, אויף ענגליש